ספריית חב"ד ליובאוויטש

ב'תטו

ב"ה, י"ז שבט, תשי"ד

ברוקלין.

שלום וברכה!

...היות ווי אייער ענין איז וואס איר טוט במלאכת הקדש, משמש בבית הכנסת, האט איר זיכער געהערט דעם ווארט וואס מיין שווער כ"ק אדמו"ר האט איבערגעגעבען אין נאמען פון כ"ק אדמו"ר הצמח צדק, וואס ער האט איינעם געזאגט, קרא לשמש ויזרח אור, קרא לשמש ויזרח אור, וואס די זאך פון א שמש איז וואס ער דארף זעהען באלייכטען די שוהל, דורך דעם וואס די שוהל זאל זיין אפען מערערע שעות אין טאג און אז עס זאל דארט איינגעפירט ווערען לערנען שיעורי תורה ברבים און אויך זאגען תהלים בציבור,

און השי"ת זאל אייך העלפען איר זאלט קענען אויספירען אן עכובים און דאס זאל דינען אלס צנור לברכה והצלחה אין אייערע ענינים הפרטים.

בברכה.

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א,

המזכיר

ב'תטו

דעם ווארט: ראה גם לעיל אגרת ב'שטז, ובהנסמן בהערות שם.