ספריית חב"ד ליובאוויטש

ב'תכד

ב"ה, כ"ב שבט, תשי"ד

ברוקלין.

שלום וברכה!

זיינער צייט האב איך באקומען א פ"נ וועגען אייער זון... עס וואלט געווען נויטיג צו וויסען, צי איז ער געבארען געווארען בטהרה (ד. ה. אז צו יענער צייט האט זיין מוטער אפגעהיט די דינים פון גיין אין מקוה) לויט דער תורה הק', ווארום אויב חס ושלום וח"ו, עס איז ניט אזוי, דארפמען וויסען וועגען דעם, און טאן פאסענדע ענינים אום לכל הפחות אין א באשטימטער מאס צו פאריכטען דאס אויף וויפיל עס לאזט זיך, און וויבאלד דאס איז א זאך וואס איז נוגע צו געזונט דארפמען וויסען די אמת ווי דאס איז געווען, ווארום ווען מען וויל באזייטיגען א ניט גוטע זאך צושטאנד, מוז מען באזייטיגען פריער די סיבה וואס עס האט פאראורזאכט אזא ניט געוואונשענעם צושטאנד און טאן מיטלען אין פארבינדונג מיט דעם, און השי"ת זאל אייך העלפען איר זאלט קענען אנזאגען גוטע בשורות בכל הנ"ל.

בברכה.

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א,

מזכיר