ספריית חב"ד ליובאוויטש

ב'תנב

ב"ה, ד' אד"ר, תשי"ד

ברוקלין.

שלום וברכה!

נתקבל מכתבו מד' משפטים והשי"ת יעזור שגם להבא יוכלו לבשר בשורות טובות הן מהעסקנות הצבורית והן על דבר עצמם און דער עיקר אז השי"ת איז ממלא משאלות לבבם לטובה בבני חיי ומזוני רויחי.

במענה על שאלתם, דעם סדר וואס כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע האט געזאגט אז מען זאל ניט מפרסם זיין ביז מען גייט אריין אין דעם פינפטען חדש, איז דאס געמיינט נאר וועגען פרסום, אבער זעלבסט פארשטענדלעך אז דעם דאקטאר דארפמען דערציילען און קרובים און גוטע פריינד מעג מען דערציילען, און איז אויך זעלבסט פארשטענדלעך אז מען דארף אויספאלגען די אנווייזונגען פון דעם דאקטאר און אויך בעטען דעם דאקטאר, חאטש ער וועט אליין פון זיך טאן, אז אויב ער וויל אונטערזוכען, זאל ער נאר אונטערזוכען פון די דרויסען אבער ניט אינווייניג וואס דאס איז ניט אויף אזויפיל נויטיג לידיעה ווי צו אויפפירען זיך נאר צו זיין זיכער אין דער לאגע, און דעריבער אויב מען קען נאר אויסמיידען אזא אונטערזוכונג וואלט געווען כדאי צו אויסמיידען.

עס וואלט אויך געווען א גלייכע זאך צו בודק זיין נאך אמאל די מזוזות אין אייער וואהנונג און איך ערווארט צו הערען פון אייך גוטע בשורות.

בברכה למילוי משאלות לבבם לטובה ובקרוב ממש.

ב'תנב

דעם סדר: ראה גם לעיל אגרת ב'תלו, ובהנסמן בהערות שם.