ספריית חב"ד ליובאוויטש

ב'תנו

ב"ה, ה' אד"ר, תשי"ד

ברוקלין.

ארגון נשי ובנות חב"ד סניף בארא פארק

ה' עליהן יחיו

ברכה ושלום!

חאטש מיט א פארשפעטיגונג באשטעטיג איך די ערהאלטונג פון דעם בריף געשריבען דורך מרת חוה תחי' דובאוו פון כ"ה טבת מיט די בייגעלייגטע רשימות פון די אסיפות ביז דאן, און איך האף אז אויך אויף ווייטער וועט איר ניט נאר פארטזעצען די ביז איצטיגע ארבעט נאר וועט אויך פארגרעסערען, און מיר האבען די הבטחה פון רז"ל, אשר אין לך דבר העומד בפני הרצון ויגעת ומצאת.

ספעציעל בין איך געווען צופרידען צו זעהען אין אייערע רשימות אז א טייל פון די לימודים זיינען בדינים ומנהגי ישראל, וואס אויך מנהג ישראל תורה היא, און האפענטליך גיט איר פארצוג (פריארייטי) צו די דינים וועלכע זיינען נוגע און טרעפען זיך מער אין דעם טעגליכען לעבען און זעלבסט פארשטענדלעך אויך אין די ענינים וועלכע זיינען פארבונדען מיט מדות טובות, און ווי עס איז באוואוסט דער מאמר פון רבי עקיבא, ואהבת לרעך כמוך זהו כלל גדול בתורה.

בייגעלייגט איז דא מיינער א מכתב כללי וואס איך האף אז ער וועט אייך בריינגען נוצען אין דער ארבעט און השי"ת זאל מצליח זיין יעדע איינער פון אייך אין די אויבענדערמאנטע עסקנות און אין אירע ענינים הפרטים.

בברכה המחכה לבשורות טובות.

ב'תנו

נדפסה בלקו"ש חי"ז ע' 498, והושלמה ע"פ העתק המזכירות.

דינים.. טרעפן זיך: ראה גם לעיל ח"ז אגרת ב'לא, ובהנסמן בהערות שם, לעיל ב'רסט.

ב'תל. לקמן ב'תנח. ב'תעא. ב'תקמו. ב'תקפז.