ספריית חב"ד ליובאוויטש

ב'תקכ

ב"ה, י"ב אדר ב', ה'תשי"ד

ברוקלין, נ.י.

צו די אידישע פרויען און טעכטער און צו

נשי ובנות

חב"ד בפרט, ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

אין די קומענדיגע טעג וועלכע פארבינדן פורים מיט פסח, דארף זיך יעדע אידישע פרוי און טאכטער אריינטראכטן אין דעם וויכטיגען חלק וואס די אידישע פרוי האט געהאט אין די דאזיגע ימים טובים, און וואס מען דארף זיך דערפון אפלערנען.

דער יום-טוב פורים, ווי אויך דער יום-טוב פסח, זיינען מחייב די אידישע פרוי אפצוהיטן די ספעציעלע מצוות וועלכע זיינען פארבונדן מיט די דאזיגע ימים-טובים (ווי מגילה, הגדה וכו'), דערפאר ווייל די אידישע פרוי האט געהאט א ספעציעלן פארדינסט און חלק אין די נסים וועלכע האבן פאסירט בימים ההם בזמן הזה.

די מגילה (מגילת אסתר) דערציילט אונז דייטלעך ווי אזוי אסתר האט געהאלפן ברענגען דעם גרויסן נס פאר כלל ישראל, און אויף איר נאמען ווערט אנגערופן דער תענית פאר פורים און די מגילה.

וועגן די גרויסע פארדינסטן פון די אידישע פרויען אין צוזאמענהאנג מיט פסח, זמן חירותנו, ווערט דערציילט אויספירלעך אין מדרש. אין יענע שווערע צייטן פון גלות מצרים זיינען די אידישע פרויען געווען די וועלכע האבן אויפגעהאלטן דעם מוט און בטחון פון די מענער און האבן אויפגעהאדעוועט דורות פון טרייע אידן, וועלכע האבן זוכה געווען צו באקומען די תורה אויפן בארג סיני און די אייביקע נחלה, ארצנו הקדושה תבנה ותכונן על ידי משיח צדקנו במהרה בימינו.

דער אופן ווי אזוי די אידישע פרויען און טעכטער האבן בייגעטראגען צו די גרויסע נסים פון די דערמאנטע ימים-טובים איז ניט געווען דער זעלבער:

אין פאל פון פסח - איז די השפעה און ווירקונג פון די פרויען געווען אנגעווענדעט הויפטזעכלעך אויף דער היים, כל כבודה בת מלך פנימה, דורך צניעות און משפחה לעבן.

אין פאל פון פורים - האט זיך געפאדערט אז די אידישע פרוי זאל לויט דער דרישה און גענויע אנווייזונג[ע]ן פון גדולי התורה והיראה אויסניצען אין פולער מאס איר מצב און השפעה אינגאנצען לטובת איר פאלק, און זי האט עס געטאן מיט מסירות נפש בפועל, איינשטעלנדיק איר לעבן לטובת דעם קיום פון אונזער פאלק.

די צוויי ימים-טובים - פורים און פסח - זיינען אייביקע צוויי עדות, אז די אידישע פרוי, סיי אין דערהיים סיי אין דרויסן ווען די אומשטענדן פאדערן עס, איז איבערגעגעבן מיט לייב און לעבן פאר תורה און מצוות, טהרת המשפחה, און חינוך הכשר פון די קינדער - די סאמע יסודות פון דעם קיום און גאולה פון אונזער פאלק.

אידישע פרויען און טעכטער! טוט נאך דעם ביישפיל פון די נשים צדקניות פון אלע דורות, ווארום אויף אייך און אין אייערע הענט ליגט, אין א גרויסער מאס, דער גורל פון אונזער פאלק.

און אז מ'גיט זיך אפ מיט אן אמת צו דערפילן די ג-טלעכע פליכטן, העלפט דער אויבערשטער, ווי ער האט געהאלפן אסתר'ן, און אלע שוועריקייטן פארשווינדן און ער שיקט זיינע ג-טלעכע ברכות בבני חיי ומזוני רויחא, ובכל טוב גשמי ורוחני.

בברכה,

מנחם שניאורסאהן

ב'תקכ

נדפסה בלקו"ש ח"ו ע' 388, והושלמה ע"פ צילום האגרת.