ספריית חב"ד ליובאוויטש

ב'תקכט

ב"ה, ט"ז אדר ב', תשי"ד

ברוקלין.

ברכה ושלום!

נאך א לאנגען איבעררייס בין איך געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף, חאטש איך בין ניט צופרידען פון זיין אינהאלט, צוליב דעם וואס איך זע - איר טראכט איבער וועגען דעם געזונט פון אייערע קינדער, און איר פארענדיקט אייער שרייבען מיט דער פראגע, וואס קענט איר טאן, אויסער וויינען און קלאגען.

ערשטענס דארפמען אויפהערען וויינען א.א.וו. ווי די מער מאליגע פאדערונג פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר אין נאמען פון גדולי ישראל פון די פריערדיקע דורות, אז עס דארף זיין עבדו את ה' בשמחה (מען דארף דינען השי"ת מיט שמחה). און עס ווערט ערקלערט אין זהר הקדוש, אז ווען מען איז בשמחה און מען איז שטארק אין בטחון, איז דאס אויך א סגולה אז מען גיט מלמעלה מער און מער ענינים פון וואס צו זיין פרייליך און צופרידען סיי בנוגע צו זיך און סיי בנוגע דער גאנצער פאמיליע.

און בפרט אין אייער פאל אז די קינדער האבען זוכה געווען צו לערנען אין א מוסד אויף וועלכען מיין שווער כ"ק אדמו"ר האט זיך מוסר נפש געווען, איז דאס אליין שוין א זיכערע זאך, אז פאר די קינדער איז דאס דער וועג אויף צו זיין געזונט און גליקלעך סיי בגשמיות און סיי ברוחניות. און מען דארף ניט דריקען אזויפיל דעם מאן שי' אז מען זאל באלד מופען. און מיט דער צייט וועט דאס אויך קומען און מען דארף אפווארטען אויף דער שעה טובה ומוצלחת.

און אויף אייער פראגע וואס קענט איר טאן, איז ווי אויבען געזאגט, אריינברענגען שמחה אין הויז און פארטזעצען אייער ארבעט צו פארשפרייטען אידישקייט צווישען אייערע פריינד, און דאס וועט צואיילען און פארגרעסערען די ברכה והצלחה אויך אין אייערע ענינים הפרטים.

בייגעלייגט איז דא א קאפיע פון מיינעם א מכתב כללי אין צוזאמענהאנג מיט די טעג פון פורים, און זיכער וועט איר דאס אויסניצען אין אייער אויבען דערמאנטער ארבעט.

מיט א וואונש צו פיל נחת פון אייערע קינדער אידישען חסידישען נחת און אויפנעמען דאס געזונטערהייט און פרייליכערהייט.