ספריית חב"ד ליובאוויטש

ב'תקפ

ב"ה, ו' ניסן, תשי"ד

ברוקלין.

שלום וברכה!

איך האב באקומען אייער בריף - אן א דאטום פון שרייבען - אין וועלכען איר שרייבט אז איר זייט ווידער ניערוועז. און עס וואונדערט מיר זייער וואס נאך די פילע מאל וואס מיר האבען געהאט די געלעגענהייט צו ריידין אין דעם און נאך דעם ווי איר האט געזעהען אפילו מיט די פליישיקע אויגען אז השם יתברך פירט און פירט אייך סוף סוף צום גוטען, האט איר ניט די גענוגענדע שטארקייט בא זיך אין דער אמונה און בטחון און זייט ווידער ניערוועז און טראכט איבער און פארגעסט אז השם יתברך איז דער בעל הבית פון דער גאנצער וועלט און מיינט אז עס ווענדעט זיך אן וועמען אנדערש.

און בפרט אין די טעג צווישען פורים און פסח וועלכע זיינען טעג פון נסים בימים ההם און אזוי אויך בזמן הזה, איז דער וואונדער אין דעם נאך גרעסער וואס איר טראכט איבער.

און השי"ת זאל העלפען אייך און אייער מאן הרב שי' אז פון היינט אן און ווייטער זאלט איר ביידע זיין שטארק אין אמונה ובטחון בהשם יתברך וועלכער איז דער מלך מלכי המלכים אז ער איז דער עצם הטוב און וועט אויך פירען אייער לעבען אז עס זאל זיין בטוב הנראה והנגלה. און ווי רבנו הזקן שרייבט אין תניא אז ווען [מען] גלויבט אין דעם אויף א אמת ווערט אויך פון טוב הנעלם טוב הנראה ונגלה.

און אין די הכנה טעג צו פסח וועלכע זיינען דער ענין פון יציאת מצרים און ווי חסידות ערקלערט צו ארויסגיין פון אלע הגבלות זאל דאס צואיילען דאס אלעס אויבען דערמאנטע.

בברכה לחג פסח כשר ושמח.