ספריית חב"ד ליובאוויטש

ב'תקפג

ב"ה, ח' ניסן, תשי"ד

ברוקלין.

שלום וברכה!

וועגען די תעניתים דאנערשטאג, איך האב שוין דיר געשריבען פון לאנג אז ניט דאס איז דער דרך וואס מיר האבען געהערט פון נשיאנו הק' און אויך דאס זאגען תהלים אלע נאכט, איז חוץ דעם וואס פאר האלבע נאכט - לויט אונזער מנהג - זאגט מען ניט קיין תהלים איז אפילו נאך האלבע נאכט אויב דאס איז אמאל א ענין אויף צו זיין אויף און גיין שפעטער שלאפען, אבער מאכען פון דעם סדר קבוע שטערט דאס צום געזונט ובמילא איז דאס מבטל מעבודת השי"ת ווי עס וויל און לערנט תורת החסידות. און דערפאר וואלסט באדארפט איינשטעלען זיך א סדר נאך א ישוב הדעת מיט הרה"ח כו' הר"ן שי' נעמאנאוו סיי אין דיינע שיעורים פון לימוד תורת הנגלה און חסידות אבער ניט קיינע תעניתים און זיין אויף נעכט. און השי"ת זאל דיך אויך אין דעם פירען בדרך הטובה.

ב'תקפג

תעניתים: ראה גם לעיל אגרת ב'שמו, ובהנסמן בהערות שם.