ספריית חב"ד ליובאוויטש

ב'תריב

ב"ה, כ"ה ניסן, תשי"ד

ברוקלין.

שלום וברכה!

שוין א ליינגערע צייט אז איך האב ניט געהערט פון אייך און האפענטליך זעצט איר פאר אייער ארבעט בנוגע צו דעם אז מען זאל [ל]ערנען חסידות איז די שולען, און זעלבסט פארשטענדליך לערנען אויך אליין תורת הנגלה ותורת החסידות מתוך יראת שמים.

זיכער ווייסט איר פון דעם דיוק פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע אז דער לימוד התורה דארף זיין אין אזא אופן אז די תורה זאל לערנען דעם מענשן ניט נאר אז דער מענש זאל לערנען תורה. און איך וועל זיין צופרידען צו הערען גוטע בשורות אין דעם און אויך אז איר ווירקט איין אין דער ריכטונג אויף אייערע חברים. און השי"ת זאל אייך מצליח זיין אז איר זאלט קענען אויפטאן אין דעם למעלה מן הטבע.

בברכת הצלחה בלימוד תורת הנגלה ותורת החסידות וקיום המצות בהידור.

ב'תריב

די תורה זאל לערנען: ראה גם לעיל אגרת ב'רנז.