ספריית חב"ד ליובאוויטש

ב'תרכב

ב"ה, כ"ט ניסן, תשי"ד

ברוקלין.

שלום וברכה!

איך באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף פון כ"ג ניסן מיט דאס בייגעלייגטע, און ווען איך וועל זיין אויף דעם ציון הק' פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע וועל איך מזכיר זיין אייך און אלע אייערע צו דעם וואס יעדער פון אייך באדארף.

עס איז ריכטיג ווי איר שרייבט אין ענדע פון אייער בריף אז עזרי מעם ה', און ווי דער מדרש זאגט אז דעם שיר למעלות האט געזאגט יעקב אבינו ווען ער איז געגאנגען אין חרן און האט געשטעלט זיך די פראגע: מאין יבוא עזרי און האט זיך אליין פארענטפערט אז עזרי מעם ה', און דערפאר איז בא עם שפעטער מקויים געווארען אז ויפרוץ האיש מאד מאד.

און השי"ת זאל אייך מצליח זיין אז איר זאלט בקרוב קענען אנזאגען גוטע בשורות אז איר זעהט השגחה פרטית בהצלחה אין ענינים גשמיים און אויך הצלחה אין ענינים רוחנים, און ווי איך האב אייך געזאגט זייענדיג דא אויך הצלחה אין עסקנות צבורית.

המחכה לבשו"ט.