ספריית חב"ד ליובאוויטש

קד

כתובות נ, א: המבזבז אל יבזבז יותר מחומש.

מען דערציילט235, אַז דער בעש"ט האָט געגעבן צדקה מער ווי אַ פינפטל, האָט מען אים געפרעגט, ס'שטייט דאָך אל יבזבז יותר מחומש? האָט ער געענטפערט, אַז המבזבז איז מלשון ביזה (וואָס איז ביי מלחמות וכיוצא בזה) ד. ה. דער וואָס וויל ניט געבן און ער דאַרף מיט זיך מלחמה האָבן, פּועל'ן בדרך כפי' ובדרך ביזה, אָפּרייסן דאָס ביי זיך, איז אל יבזבז יותר מחומש. דאַגעגען דער וואָס גיט דאָס בשמחה ובעונג (איז מיט וואָס איז אַנדערש צדקה פון אַנדערע תענוגים און באַדערפענישן אויף וועלכע ער גיט אויס געלט?)236.


-----  הערות  -----

235) הובא בספר אורח לחיים פרשת תרומה. ספר וציוה הכהן פרק טו.

236) לקוטי שיחות ח"א ע' 170. וראה תניא אגה"ת פ"ג (צג, א). אגה"ק ס"י (קטו, ב). לקוטי שיחות חכ"ז ע' 217 ואילך.