ספריית חב"ד ליובאוויטש

קה

נדרים לב, א: בן ג' שנים הכיר אברהם את בוראו.

ח"י אלול – תק"ח – בעת דער סעודת החגיגה – דערציילט הגאון הצדיק ר' יעקב יוסף בעל התולדות – האָט מורנו הבעש"ט געזאָגט אַ תורה אויף דעם מאמר (נדרים ל"ב ע"א) בן שלש שנים הכיר אברהם את בוראו, אברהם אבינו האָט געהאַט מסירות נפש אויף דעם דרך השם, געבן אַלעמען צו פאַרשטיין אחדות הבורא און השגחה פּרטית237.


-----  הערות  -----

237) לקוטי דיבורים ח"ג שפט, ב ואילך. ספר השיחות תש"א ע' 158. וממשיך שם: בתוך הסעודה האָט מורנו הבעש"ט געזאָגט: דער בעל הנשמה אדמו"ר הזקן אין פּוילן איז היינט געוואָרען דריי יאָהר בן שלש שנים הכיר את בוראו, ער וועט אויך דאַרפען דורך גיין אברהם אבינו'ס מסירות נפש, אויף צו מגלה זיין דעם דרך העבודה אין אחדות והשגחה פּרטית.