ספריית חב"ד ליובאוויטש

קט

עבודה זרה יט, ב: כל העוסק בתורה נכסיו מצליחין לו.

דער בעש"ט – האָט געזאָגט ח"י אלול, תקט"ו: כל העוסק בתורה נכסיו מצליחין לו (ע"ז די"ט ע"ב). יעדער איד האָט זיינע נכסים. קאָפּ און האַרץ, שכל און מדות – דאָס זיינען די נכסים פון אַ אידן. דער וואָס איז אַ עוסק בתורה, ניט נאָר אַ לומד תורה, זיינען זיינע נכסים מצליח. אברהם אבינו איז געווען אַ למדן און אַ ירא אלקים, קיים כל התורה עד שלא ניתנה242. אָבער דעם אייביגן כריתת ברית וואָס הקב"ה האָט כורת ברית געווען מיט אברהם אבינו לדורותיו עד סוף כל הדורות איז פאַר דעם וואָס מצא את לבבו נאמן. די ערנסטקייט פון האַרצן243, די תמימות מיט דער פּשטות און די אמונה פּשוטה, דאָס זיינען די אידישע נכסים און ווען מען איז עוסק בתורה נכסיו מצליחין לו244.


-----  הערות  -----

242) יומא כח, ב. וש"נ.

243) ראה תו"א קיד, ד. ד"ה אתה הוא הוי' לבדך ה'ש"ת (ספר המאמרים ה'ש"ת ע' לה ואילך).

244) ספר השיחות התש"ב ע' 131.