ספריית חב"ד ליובאוויטש

יא

נח ז, א: בא אתה וכל ביתך אל התבה.

אַלעמען איז גוט בעקאַנט די תורה וואָס דער בעש"ט זאָגט אויף דעם פסוק בא אל התיבה, וואָס דער בעש"ט זאָגט אַז אַ נשמה קומט אַראָפּ אויף דער וועלט און דער מענטש ווערט פאַרנומען מיט די צרכי החיים אויף מפרנס זיין בני ביתו מיגיע כפּיו – דורך אַרבעט – וואָס ווי ידוע האָט ער – דער בעש"ט – געהאַלטן אַז אידן בעדאַרפן זיך פאַרנעמען זיך מיט אַרבעט מעהרער ווי מיט האַנדעל – איז אַז מי איז פאַרנומען מיט דער אַרבעט און די דאגות פון פּרנסה נעמען אַרום דעם מענטשן אַז ער קאָן חלילה פאַרטרינקען ווערן, איז די עצה אויף דעם בא אל התיבה, מדבק זיין זיך אין די ווערטער פון תפלה וואָס מי דאַוונט און די ווערטער פון תורה וואָס מי לערנט, און בזכות די דביקות אין די הייליקע ווערטער פון תפלה און תורה, זאָגט דער בעש"ט וועט מגין זיין אַז אתה ובניך אשתך ונשי בניך וועלן געהאָלפן ווערן מהשי"ת אין אַלץ וואָס מי בעַדאַרף. די דביקות אין אותיות התפלה און אותיות התורה איז אין תורת מורנו הבעש"ט איינע פון די גרעסטע מיטלען אויף שטייגן אין די העכסטע רוחניות'דיקע דרגות. דביקות זאָגט דער בעש"ט איז די שליסל וואָס עפנט אַלע שלעסער, און דאָס – מדבק זיין זיך אין די ווערטער פון תפלה און תורה – איז באַ יעדן אין האַנט, יעדער איד אַפילו דער גאָר פּשוט'ר קאָן צוקומען צו די העכסטע דביקות.

ער – דער בעש"ט – זאָגט אַז די אמת'ע תמימות'דיקע אמונה וואָס אַ פּשוט'ר איד און אַ פּשוטע אידענע זאָגן תהלים איז דאָס די גרעסטע דרגא פון דביקות, די נשמה איז באַ אַלעמען גלייך, נאָר בא דעם יודע ספר און תלמיד חכם איז די דביקות עפנט די שערי ידיעה אין תורה, וואָס באַ די פּשוט'ע אידן וואָס קאָנען ניט לערנען איז דאָס ניט פאַראַן, אָבער דאָס וואָס דער זכות פון דער דביקות אין די ווערטער פון תפלה ערוועקט דעם אויבערשטנס ברוך הוא רחמים, און איז פּועל אַ ישועה פאַר דעם וואָס זאָגט די הייליקע ווערטער בדביקות איז דאָס באַ דעם פּשוט'ן אידן און דער פּשוט'ר אידענע גאָר גלייך ווי באַ דעם גרעסטן תלמיד חכם42.


-----  הערות  -----

42) אגרות-קודש אדמו"ר מהוריי"צ ח"ג ע' קצט ואילך. וראה ספר השיחות תרצ"ו ע' 23: די תורה וואָס דער רבי האָט געזאָגט, וואָס ער האָט געהערט פון דעם מעזריטשער מגיד נ"ע בשם כ"ק מורנו הבעש"ט נ"ע, בא אל התבה, אַז מען בעדאַרף זיך צו קלעפּן – דביקות – און אַריין גיין אין די ווערטער פון תפלה און תורה, און די פּשוט'ע אידן וואָס ווייסן ניט דעם טייטש פון די ווערטער, זאָלן זאָגן די ווערטער, אַפילו ניט וויסנדיק דעם טייטש פון די ווערטער.

די תורה האָט געבראַכט פיעל טויזענטער פּשוט'ע אידן צו דעם, אַז זיי האָבן כסדר געהאַלטן אין איין זאָגן תהלים אָדער חומש אויסנווייניג, יעדערער וואָס ער האָט זיך געקאָנט אויסלערנען.