ספריית חב"ד ליובאוויטש

קי

אבות פ"ב מ"ב: כל תורה שאין עמה מלאכה סופה בטילה.

מורנו הבעש"ט האָט געזאָגט אויף דעם מאמר "כל תורה שאין עמה מלאכה סופה בטילה", מלאכה מיינט התעסקות, כל תורה שאין עמה מלאכה, התעסקות אין אהבת ישראל, סופה בטילה, יעדע שטיקעל תורה וואָס מען לערנט און עס בריינגט ניט מלאכה ד. ה. אהבת ישראל, איז די תורה קיין תורה ניט245.


-----  הערות  -----

245) ספר השיחות קייץ ה'ש"ת ע' 115. ושם, שזהו אחת מהג' תורות ששמע הגאון הצדיק ר' לוי יצחק בערדיטשעווער ומסיים: די תורות וואָס דער בערדיטשעווער רב האָט געהערט ממורנו הבעש"ט האָבן מעורר געווען די התגלות עצם נשמתו הקדושה, אַז מיט זיין עבודתו הקדושה במסירת נפש צו ממליץ טוב זיין אויף יעדער בן ובת ישראל האָט ער זוכה געווען אויפצושטעלען אַ נייעם היכל הזכות.

הובא ונתבאר בלקוטי שיחות ח"א ע' 260, וז"ל: . . . דאָס איז דאָך אַן ענין וואָס שטייט בפירוש אין גמרא, אַז דורך דעם וואָס עס פעלט די השפּעה אויף דעם צווייטען פעלט דער מאיר עיני שניהם הוי', דער עזר שלמעלה, און נאָך מער – ווי עס ווערט דאָרט אויסגעפירט – אַז פון דעם עשיר ווערט אַן עני, איז דאָך פאַרשטאַנדיק אַז תורה אָן אהבת ישראל סופה בטילה.

דער בעל שם טוב האָט נאָך מבאר געווען, אַז בכדי די תורה זאָל האָבן אַ קיום, איז ווייניק אהבת ישראל סתם, נאָר עס דאַרף זיין אין דעם מלאכה, וכלשון הבעש"ט, התעסקות אין אהבת ישראל.

דעם טייטש פון התעסקות דערקלערט כ"ק מו"ח אדמו"ר* אַז דאָס איז געגליכן צו אַ געשעפט, אַ בעל עסק מיינט ניט אַז ער זיצט ביי זיך אין הויז מיט זיין סחורה און וואַרט ביז עמעצער וועט זיך דערוויסן אַז ביי אים איז דאָ סחורה און וועט וויסן איר מעלה, און וועט קומען צו אים קויפן – ניט דאָס איז דער סדר פון אַ סוחר. דער סוחר עפנט אַ קראָם (סטאָר) וואו עס גייען פאַרביי אַ סך מענטשן און ער הענגט אויף אַ שילד, אַז אַלע פאַרבייגייער זאָלן וויסן אַז ביי אים געפינט זיך סחורה, דערמיט באַנוגענט ער זיך נאָך ניט, ער גייט אום און איז מפרסם און דערציילט די מעלה פון זיין סחורה, און רעדט איין מען זאָל ביי אים קויפן; ער טוט כל מיני השתדלות, מען זאָל זיין סחורה קויפן.

דער רבי האט גערעדט דעמאָלט בענין עסק התורה והמצוות. דאָס זעלבע איז אויך בהנוגע התעסקות אין אהבת ישראל. מען דאַרף לייגן כל המיני השתדלות אויף טאָן אַ אידן אַ טובה, משפּיע זיין אים דאָס וואָס מען האָט, מסביר זיין אים די טייערקייט פון תורה ומצוות, פאַרשטייט זיך, תורת החסידות אַריינגערעכנט, און טאָן אַלע מיני השתדלות אַז אַ איד זאָל הערן אַ וואָרט חסידות. און דערמיט זיך ניט באַנוגענען, נאָר מען דאַרף נאָך יענעם מאַכן פאַר אַ טופח על מנת להטפיח, וואָרום ערשט דאַן ווען זיינע מקבלים וועלן אויך ווערן משפּיעים וועט מען וויסן אַז זיין השפּעה איז אין זיי נקלט געוואָרן.

וראה אגרות-קודש כ"ק אדמו"ר זי"ע חי"ז ע' קסח: והנה לכאורה מרז"ל מפורש הוא, כל האומר אין לי אלא תורה אפילו תורה אין לו (עיין לקו"ת ראה כג, ג), שצ"ל עם גמ"ח. אבל מודגשת בתורת הבעש"ט, שתי נקודות: א) שצ"ל הדבר אין יעדער שטיקל תורה, ב) שצריכה להיות התעסקות, וכמבואר במ"א בענין עסק, שאין זה שיושב בהיכלו ומחכה עד שיבוא מי אליו וישאלנו האם יש לו סחורה למכור אלא אדרבה יוצא ממקומו מתעסק ומשתדל ומחפש איפוא למכור סחורתו ומשדל את הקונה בכל מיני אופנים וכו' והנמשל מובן.

-----שולי הגליון-----

*) ד"ה הסכת ושמע תרצ"ג (ספר המאמרים קונטרסים ח"א רנז, ב ואילך. ספר המאמרים תרצ"ג ע' תצו ואילך).