ספריית חב"ד ליובאוויטש

קיב

אבות פ"ג מט"ז: ונפרעין מן האדם מדעתו ושלא מדעתו.

דער בעש"ט נ"ע האָט מפרש געווען די משנה: ונפרעין מן האדם מדעתו ושלא מדעתו. מען באַצאָלט דעם מענטשן פאַר זיינע ניט גוטע זאַכן וועלכע ער האָט געטאָן מיט זיין וויסן און אויך אפילו אָן זיין וויסן, און פון זיין וויסן הייסט ווען דער מענטש רעדט זיך אויס אויף זיך אַליין אַ שלעכט וואָרט, ווי מיר זעען ווען ח"ו איינער האָט יסורים אין קינדער אָדער אין געזונט אָדער אין פּרנסה ווען אים איז ח"ו זייער ניט גוט רעדט ער זיך אויס אַ שווער וואָרט אַז ח"ו וח"ו איז אים ניט ניחא דער לעבן, אָדער ער זאָגט אַז ווידער אַזאַ ביטערער לעבן וויל ער בעסער דעם פאַרקערט ח"ו וח"ו וכדומה אַזעלכע אויסשפּראַכן. דער שלא מדעתו איז ווען איינער רעדט וועגן דעם צווייטן און זאָגט אַז יענער וועלכער האָט געזאָגט אָדער געטאָן דאָס און דאָס איז ווערט אַזאַ און אַזאַ עונש, איז מיט דעם וואָס ער זאָגט אַזוי פּסק'נט ער דאָס ניט אויף יענעם נאָר אויף זיך אַליין, און דאָס איז ונפרעין מן האדם שלא מדעתו, אַז דער מענטש ווייס ניט אַז ער פּסק'נט דעם עונש אויף זיך אַליין, דאָס הייסט מיט דעם וואָס ער זאָגט אַז יענעם קומט אַזוי און אַזוי פּסק'נט ער דאָס אויף זיך אַליין247.


-----  הערות  -----

247) ספר המאמרים אידיש ע' 76.