ספריית חב"ד ליובאוויטש

קיג

ביאור פון בעש"ט248, אויף דער משנה: "ונפרעין מן האדם מדעתו ושלא מדעתו", אז מלמעלה איז מען מעניש נאָר "מדעתו", דוקא ווען ער אַליין פּסק'נט אָפּ דעם עונש אויף זיך; דער מענטש אָבער גיט ארויס זיין פּסק אין אַן אופן פון "שלא מדעתו": מען איז אים מזמין אַ צווייטן וואָס האָט געטאָן אַזאַ חטא ווי זיינער און אַרויסזאָגנדיק זיין מיינונג וואָס פאַר אַן עונש עס קומט דעם צווייטן פאַר אָט דער עבירה, גיט ער דערמיט אַרויס אַ פּסק אויף זיך אַליין, און מען איז דעמאָלט נפרע פון אים מיט דעם עונש. און דאָס מיינט "מדעתו ושלא מדעתו"249: "מדעתו" – זיין אייגענער פּסק, נאָר דאָס קומט אין אַן אופן פון "שלא מדעתו", ער האָט ניט געוואוסט אַז ער פּסק'נט דערמיט אויף זיך250.


-----  הערות  -----

248) הובא בליקוטי מהר"ן סי' קי"ג. שוב מצאתי ענין זה בבינה לעתים דרוש סג. וכענין שמצינו בדוד (שמואל-ב יב, ז) "אתה האיש". – בד"ה אני לדודי פ"ב (ס' המאמרים אידיש ע' 76 – הועתק בקטע שלפנ"ז) נמצא פי' הבעש"ט באופן אחר קצת. ואולי הם ב' פירושים שלו. ושבעים פנים לתורה.

249) ראה ג"כ לקמן סימן קמו.

250) לקוטי שיחות ח"ד ע' 1207. וממשיך שם: לויט דעם וועט מען אויך פאַרשטיין דעם לשון "דין וחשבון" (אבות רפ"ג), פריער דין און דערנאָך "חשבון": צום ערשט קומט דער "דין" וואָס ער אַליין פּסק'נט אָפּ פאַר אַזאַ פּעולה, און דערנאָך מאַכט מען דעם חשבון, אַז ער האָט געטאָן אַזאַ פּעולה, במילא קומט אים אויך דער זעלבער פּסק דין.

לכאורה איז ניט פאַרשטאַנדיק, פאַרוואָס דאַרף בית-דין שלמעלה אָנקומען צום פּסק דין פון דעם מענטשן, און זיי פּסק'נען ניט אָפּ אַליין דעם דין?

איז דער טעם אויף דעם: יעדער איד איז אַ "חלק אלקה ממעל ממש"[ftnref_4_1], און אין יעדן "חלק" פון אַן עצם איז דאָך פאַראַן דער עצם, כמאמר הבעש"ט[ftnref_5_2]: "כשאתה תופס במקצת מן העצם אתה תופס בכולו", ד. ה. אַז אַן "עצם", איז אין יעדער טייל פון אים, געפינט ער זיך מיט זיין גאַנצע עצמיות. ובמילא קען קיינער אַפילו מלאכים הכי עליונים, ניט האָבן קיין שליטה איבער אַ אידן. כל-זמן ער אַליין פּסק'נט ניט אָפּ דעם דין אויף זיך אַליין קען עס קיינער ניט פּסק'נען, ווייל קיינער האָט ניט קיין שליטה איבער אים.

אדרבה, אַ איד מצד זיין עצם איז ער מושל ושליט אויף אַלע ענינים עליונים ותחתונים, וואָס דערפאַר הייסט יעדער איד מיטן נאָמען "ישראל" – "כי שרית עם אלקים ועם אנשים ותוכל"[ftnref_6_3], אַז אַ איד איז אַ בעל-הבית און געוועלטיקט איבער מלאכים ("אלקים") און "אנשים". ושם בס"י: פון דעם אויבענדערמאָנטן כלל "כשאתה תופס במקצת מן העצם אתה תופס בכולו" איז פאַרשטאַנדיק, אַז אין דער תורה פון בעש"ט וועגן "נפרעין כו'", דריקט זיך אויך אויס עצם ענינו פון דעם בעש"ט:

עצם ענינו של הבעש"ט איז געווען צו מעורר זיין די נשמה פון יעדער אידן, און דאָס איז אויך מרומז אין דעם בעש"ט'ס נאָמען "ישראל", וועלכער איז דער שם פון יעדן איינציקן אידן[ftnref_7_4].

דאָס דריקט זיך אויס אין כללות תורת הבעש"ט (תורת החסידות), וואָס זי איז מבאר די גרויסקייט און הויכקייט פון נשמות ישראל, אַז זיי זיינען אַ "חלק אלקה ממעל ממש"[ftnref_8_5], און אויך אין דער אויבנדערמאָנטער תורה אויף דער משנה "ונפרעין כו' מדעתו ושלא מדעתו". וראה גם לקוטי שיחות ח"ו ע' 283 ואילך.

-----שולי הגליון-----

1) איוב לא, ב. ובתניא [ריש פרק ב] מוסיף "ממש". וראה שפע טל בהקדמה.

2) המשך תרס"ו בסופו.

3) בראשית לב, כט.

4) ראה בארוכה לקוטי שיחות ח"ב ע' 472.

5) ראה הערות הצמח צדק לתניא רפ"ב.