ספריית חב"ד ליובאוויטש

קטו

בשם הבעש"ט וואָס ער האָט געזאָגט אויפן מארז"ל איזהו חכם הלומד מכל אדם שנאמר מכל מלמדי השכלתי, האָט דאָך געדאַרפט שטיין הלומד מכל מלמד. האָט דער בעש"ט געזאָגט, אַז מען דאַרף לערנען פון יעדן איינעם, אפילו פון אַן אדם רשע דאַרף מען לערנען אַ מדה טובה257.


-----  הערות  -----

257) ספר השיחות קייץ ה'ש"ת ע' 104. ושם לפנ"ז: החסיד ר' בצלאל האט געלערנט פון יעדן איינעם א מדה טובה. ער פלעגט דערציילן [ההמשך בפנים. וממשיך שם]: ווי ר' זושע האָט געזאָגט אַז מ'דאַרף לערנען אַפילו פון אַ גנב (ראה "היום יום" ג אייר) ווייל יעדער איד האָט אַ אות אין תורה און אַ מדה פון י"ג מדות שנדרשת בהם. וראה גם לקמן סימן קפה.