ספריית חב"ד ליובאוויטש

קיז

אבות פ"ו, ו: כל האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם.

כל האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם. דער וואָס דערציילט אַ זאַך און דערביי דערמאָנט ער דעם וואָס האָט דעם דבר געזאָגט, ווי מיר טרעפן אָפט באַ די חז"ל אַז ר' פלוני האָט געזאָגט בשם ר' פלוני, און אָפט טרעפט נאָך אַז באַ דער מסירת המימרא איז נאָך אָפּגעהיט געוואָרן אַ איכא דאמרי, איז מיט דעם וואָס מען דערמאָנט דעם נאָמען פון דעם וואָס האָט עס געזאָגט איז דורכדעם בריינגט מען אַ גאולה לעולם. אין פלוג וואָס איז די רבותא. פאַרוואָס איז אַזוי גרויס וואָס מען זאָגט בשם אומרו אַז דער שכר דערפאַר איז וואָס מען בריינגט אַ גאולה לעולם, און וואָס איז דער ענין וואָס דער עולם באַדאַרף האָבן אַ גאולה, ווי דען זאָל מען זאָגען ניט בשם אומרו איז דאָך דאָס אַ שקר. אַ גראָבער ליגנער איז מורגל צו זאָגן איך זאָג. דער וואָס איז ניט אַזוי גראָב זאָגט-ניט אַז ער זאָגט-דאָס נאָר זאָגט סתם, נאָר לבסוף לאָזט ער אויס אַזוי אַז די צוהערער זאָלן מיינען און פאַרשטיין פון זיין אויסשפּראַך אַז ער האָט דאָס געזאָגט מעצמו. און אַזוי זיינען פאַראַן כמה אופני אויסשפּראַכן. היינט וואָס איז די רבותא אַז מען זאָגט בשם אומרו און דאָס איז נאָך אַזוי גרויס אַז דער שכר פאַר דעם איז אַז מען איז מביא גאולה לעולם. וואָס פון דעם איז צו פאַרשטיין אַז עולם מוז האָבן אַ גאולה און ער בריינגט די גאולה, ווי עס שטייט260 גאולה תתנו לארץ, ארץ וואָס דאָס איז עולם מוז האָבן גאולה. האָט דער רבי געזאָגט בשם מורו הבעש"ט גאולה בגימטריא מ"ה און דאָס איז וואָס מביא גאולה לעולם, וואָס בחכמה אתברירו261. עולם איז העלם. מביא גאולה לעולם דעם גילוי ההעלם. היינו דעם גילוי העלם העצמי262.


-----  הערות  -----

260) בהר כה, כד.

261) תניא אגה"ק סכ"ח (קמח, א) בשם הזוהר. – ראה זח"ב (היכלות) רנד, סע"ב.

262) ספר השיחות תש"ח ע' 245. ושם לפנ"ז: איצטער גיב איך אייך איבער די צוויי תורות פון מורנו הבעש"ט . . . די צווייטע איז הוד כ"ק רבינו הזקן'ס אַ תורה, וואָס ער האָט געזאָגט פאַר זיינע תלמידים יונגע לייט קומענדיק דעם ערשטן מאָל פון מעזריטש [ההמשך בפנים].