ספריית חב"ד ליובאוויטש

קיח

חולין מח, ב: אתמר מחט שנמצאת בריאה, רבי יוחנן ורבי אלעזר ורבי חנינא מכשרי, רבי שמעון בן לקיש ורבי מני בר פטיש ורבי שמעון בן אליקים טרפי.

אתמר מחט שנמצאה בריאה, אַ ברזל וואָס מען געפינט אין דער לונג, ברזל עם הכולל בגימט' עמלק, און עמלק איז בגימט' ספק, און ספק איז בגימט' ר"מ און ר"מ איז מ"ר, איז אַז מען געפינט אַ ברזל אין די ריאה, דאָס הייסט עמלק וואָס וואַרפט אַריין ספיקות אין אמונת ה' אין דער הייליקייט פון תורה אַז מי נעמט אָן די תורה הקדושה מער ניט ווי כפּשוטה, און דעם רמז דרוש סוד פון תורה וויל מען ניט וויסן, און מען איז זיך מתגאה מיט דער ידיעה פון פּשטות וואָס דאָס איז דער ר"מ פון עמלק'ן, איז יעמולט טאַקע באמת מר, די סיבה אויף דעם איז, מחט שנמצאה בריאה, דער חטא וואָס איז אין ראי' – דער בעש"ט האָט געטייטשט מחט לשון חטא, ריאה לשון ראי' – אַז מען קוקט מיט אַ שלעכט אייג אויף אַ אידן, אַז מען האָט אַ קושיא אויף אַ אידן וואָס זיין הנהגה איז ניט געפעלן בעדאַרפמען אים מוכיח זיין, ניט ח"ו קוקן בעין רעה, און זיין אופגעבראַכט אויף אים, און פון דעם חטא הראי' ווערט דער פעלער פון דעם עמלק וואָס ער איז מטיל ספיקות אין אמונת ד'.

ר' יוחנן ור' אלעזר ורבי חנינא מכשרי, רבי שמעון בן לקיש ר' מני בר פטיש ורבי שמעון בן אליקים טרפי – דער בעש"ט האָט מבאר געווען אַז די דריי וואָס זיינען מכשיר זיינען מצד מדת החסד, און די דריי וואָס זיינען מטריף איז שרש נשמתם פון מדת הגבורה און האָט געזאָגט אַז דאָס – די שרשי הנשמות – איז מרומז אין די נעמען, דערפאַר איז אין די אַלע דריי נעמען וואָס זיינען מכשיר איז פאַראַן אין יעדער נאָמען אַ רמז אויף חסד, אין נאָמען ר' יוחנן איז י' חנן, אין נאָמען ר' אלעזר אל עזר, ר' חנינא ל' חנינה, און אין די דריי נעמען וואָס זיינען263. . .264.


-----  הערות  -----

263) חסר הסיום.

264) אגרות-קודש אדמו"ר מהוריי"צ ח"ג ע' רעט.