ספריית חב"ד ליובאוויטש

קיט

חולין צא, ב: גפן אלו ישראל.

אידן זיינען פאַרגליכען צו אַ וויינשטאָק צוליעב צוויי טעמים: ערשטענס, דערפאַר וואָס אין אַ וויינשטאָק זיינען אויך די בלעטער וויכטיג פאַר די פירות, און צווייטענס, דערפאַר וואָס די בלעטער פון אַ וויינשטאָק האָבען די וויכטיגע אויפגאַבע צו באַשיצען די וויינטרויבען און זיינען דערפאַר פון דער גרעסטער באַדייטונג, ווייל דער כח פון באַשיצער איז גרעסער ווי פון דער באַשיצען265.


-----  הערות  -----

265) ספר הזכרונות חלק א פרק ט (ע' 53). ושם לפנ"ז: זיין [דעם בעש"ט'ס] טעהעטיגקייט אין די ערשטע יאָרן געווען דורכאויס געווידמעט צום פּשוט'ען פאָלק בעת די טעהטיגקייט זיינע, אין די שפּעטערדיגע יאָרן, איז אויך געווען געווידמעט צו די לומדים און הויכע גייסטער.

דער אַלטער רבי האָט דערביי איבערגעזאָגט אין בעל שם'ס נאָמען, אַז [ההמשך בפנים].