ספריית חב"ד ליובאוויטש

יב

לך לך יב, יא: הנה נא ידעתי כי אשה יפת מראה את.

עס ווערט געבראַכט בשם הבעש"ט43, אַז אברהם אבינו, זייענדיק אַ מרכבה צום אויבערשטן ביז אַז חז"ל44 זאָגן האבות הן הן המרכבה און ער איז געווען "מקושר במחשבתו תמיד בשרש המחשבה", דערפאַר האָט ער ביז דאַן ניט געוואוסט אַז שרה איז אַ יפת מראה – טראָץ דעם וואָס ער האָט איר אויך פריער געזעהן45, ווייל זיין מחשבה איז געווען שטענדיק "שלא במקום הראי' הגשמית". אָבער קומענדיק נאָענט צו מצרים, האָט דער אויר פון מצרים געווירקט (בדקות דדקות46) אויף אים, אַז "ירד ממדרגתו והתחילו לבא אצלו מחשבות מבחי' השבירה", ביז צו "עתה ידעתי כי אשה יפת מראה את"47.


-----  הערות  -----

43) מאור עינים ס"פ שמות (ד"ה וזהו רבות מחשבות).

44) ב"ר פמ"ז, ו. פפ"ב, ו.

45) שהרי אסור לאדם לקדש אשה עד שיראנה (קידושין מא, א). ועפ"ז מתורצת קושיית המהרש"א בחדא"ג לב"ב טז, א.

46) ראה לקו"ש ח"ה ע' 63 ואילך. שם ע' 61 הערה 38.

47) לקו"ש שם ע' 60.