ספריית חב"ד ליובאוויטש

קכד

תקוני זוהר תיקון סט (קיד, א): אתפשטותי' דמשה בכל דרא ודרא.

איינער פון די תורה-נקודות-ווערטער וואָס הוד כ"ק רבינו הזקן האָט מקבל געווען מהוד כ"ק מורו מורנו הרב המגיד שקיבל ממורו מורנו הבעש"ט מה שקיבל ממורו הבעל ח"י271 . . אתפשטותא דמשה בכל דרא, יעדער איינצעלנער איד, איש אָדער אשה, איז אַ דור, וואָס ווען זיי קומען אין זמן פון חיי משפּחה על פּי תורה ווערן זיי געבענטשט פון דעם משה וואָס בדורם, וואָס ער איז כל מהותו ועצמותו טאַקע אַ אור עצמי, אָבער זיין אור עצמי איז דער מאור המאיר מאתפשטותא דמשה בכל אחד ואחת בשלש האהבות: אהבת השם אהבת התורה ואהבת ישראל272.


-----  הערות  -----

271) ראה לקמן סימן רפא.

272) ספר המאמרים ה'שי"ת ע' 160, וממשיך שם: דער וואָרט, איז איינער פון די דיוקים-ווערטער, ווי ער רופט זיי בסגנונו המדוייק, וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק גיט מיר איבער אין געוויסע צייטען, און זאָגט דערביי:

דאָס וואָס איך גיב דיר איבער זאָל אין דיר פּועל זיין התרחבות העמקת ותוקף הדעת, זיין בכל תוקף עוז, אין אַלע זמנים און אין יעדער מקום ווי איך האָב דיר איבערגעגעבן.