ספריית חב"ד ליובאוויטש

קכו

תנא דבי אליהו.

הגם עס שטייט אין תדב"א279, דאָס אויב מען פאַסט ארבעים ימים רצופים און מ'איז זיך פּורש פון עניני עולם איז אפילו אַ עבד ושפחה זוכה צו גילוי אלי'. איז גילוי אלי' קען מען האָבן, אָבער ניט גילוי הנשמה280.


-----  הערות  -----

279) ראה תדבא"ר רפ"ט: מעיד אני עלי את השמים ואת הארץ בין ישראל בין עובד כוכבים בין איש בין אשה בין עבד ובין שפחה הכל לפי המעשה שהוא עושה כך רוח הקודש שורה עליו.

280) ספר השיחות תש"ד ע' 98. ומועתק בזה הסיפור ע"ד פתגם הנ"ל (שם):

מורנו הבעש"ט איז אַמאָל געפאָרן מיט תלמידיו הצדיקים אין אַ ווייטן ישוב. אין יענעם ישוב האָט געוואוינט אַ פּרוש, וועלכער איז געזעסן על התורה ועל העבודה און האָט זיך אינגאַנצן אָפּגעזאָגט פון עניני עולם און אויף יעדער זאַך פלעגט ער זאָגן: כך קבלתי מאליהו. ער פלעגט קענען מסביר זיין אַ ענין צו יעדערן, אַפילו צו אַ איש פּשוט.

דאָרט אין ישוב האָט אויך געוואוינט אַ איש פּשוט, אַ שינדער, אַ פּושט נבילות, וועלכער פלעגט זאָגן זייער אַ סך תהלים, נאָר בשעת די אַרבעט, ווען זיינע הענט זיינען געווען מלוכלכות און זייער פאַרשמירט, דעמאָלט האָט ער ניט געזאָגט. דער בעש"ט איז אַריינגעגאַנגען מיט זיינע תלמידים אין הויז פון דעם איש פּשוט און האָט זיי געהייסן פאַרמאַכן די אויגן און זאָלן אַרויפלייגן זייערע הענט אויף זיינע אַקסלען און האָט אָנגעהויבן זינגען אַ ניגון און זיי האָבן געזען וואָס זיי האָבן געזען. האָבן זיך די תלמידים זייער געוואונדערט, ווי קומט אין אַזאַ קליינע "כאַטקע" אַזאַ גרויסער הימלישער יריד.

נאָכדעם איז דער בעש"ט געגאַנגען מיט די תלמידים אין הויז פון דעם פּרוש און האָט זיי ווידער געהייסן פאַרמאַכן די אויגן און אַרויפלייגן די הענט אויף זיינע אַקסלען און געזונגען אַ ניגון שטילערהייט, האָבן די תלמידים דערזען נחשים ועקרבים.

האָט דער בעש"ט מסביר געווען זיינע תלמידים, אַז [כבפנים].

און די נחשים ועקרבים וואָס זיי האָבן געזען איז מצד זיין – דעם פּרוש'ס – גסות הרוח, וואָס דאָס איז פון די ניצוצות פון נחש הקדמוני.