ספריית חב"ד ליובאוויטש

קל

סדר הקפות: עוזר דלים הושיעה נא.

דער בעש"ט האָט געטייטשט: עוזר: דער אויבערשטער העלפט – דלים, אַז די וועלכע זיינען דלים זאָלען ווערען אויס דלים, דורכוואָס איז דאָס, דורך – הושיעה נא, דאָס מיינט אַ טרייסעל טאָן זיך אין מוחין אָדער מדות, אָדער עכ"פ מיט די פיס. אַזוי ווי אין הלל בעת מען זאָגט "הושיעה נא" טרייסעלט מען דעם לולב און מען זאָגט "הצליחה נא" טרייסעלט מען ניט286.


-----  הערות  -----

286) ספר השיחות תש"ד ע' 31. ושם לפנ"ז: אַמאָל – אין יאָר תרנ"א – האָט ר' יצחק גרשון בעת הקפות אין ליובאַוויטש געזאָגט: עוזר דלים הושיעה נא, מיט'ן נוסח הידוע, מיט אַ הפסק נאָכ'ן וואָרט דלים, האָט אויף דערויף געזאָגט כ"ק אאמו"ר הרה"ק: דו ווייסט ניט דעם פּשט [ההמשך בפנים].