ספריית חב"ד ליובאוויטש

קלה

עס איז פאַראַן צוויי טעמים אויף אהבת ישראל: א) ווייל ער איז אַ איד293. ב) ווייל ער איז אַ בן תורה, און פלעגט מבאר זיין די ביידע מעלות, אַז די מעלה ראשונה איז אַ מעלה עצמית, ביי אַלע אידן, און די צווייטע מעלה איז אַ התפּשטות מעלה294.


-----  הערות  -----

293) ראה לקמן סימן שס-שסא.

294) ספר השיחות תש"ג ע' 12. ושם לפנ"ז: הצדיק הגאון הר' ברוך – אבי הוד כ"ק רבינו הזקן – האָט שטאַרק מקרב געווען די פּשוט'ע אידן. ווי עס איז באַוואוסט פלעגן די גדולי תלמידי חכמים, רבנים און בעלי בתים לומדי תורה זיין אָפּגעזונדערט פון די פּשוט'ע בעלי מלאכות. אין די גרעסערע קהילות האָבן די בעלי מלאכות געהאַט באַזונדערע בתי תפלה.

מורנו הבעש"ט איז געווען דער ערשטער וואָס האָט דאַן מדריך געווען זיינע תלמידים מקרב זיין אַ אידן, ווייל ער איז אַ איד און האָט מבאר געווען אז [ההמשך בפנים. ולאח"ז ממשיך:] תלמידי מורנו הבעש"ט האָבן מסירות נפש'דיק אויסגעפאָלגט די הוראות מורנו הבעש"ט, אויך אין דעם פּרט פון מקרב זיין די פּשוט'ע אידן האָבן זיי געהאַט געוויסע מסירות נפש פאַלן.