ספריית חב"ד ליובאוויטש

קלו

עס איז דאָ אַ קורצע תורה פון הוד כ"ק רבינו הזקן פון די ערשטע יאָרן פון זיין נשיאות, וועלכע ער האָט געזאָגט בשם רבו, דעם מעזריטשער מגיד בשם מורנו הבעש"ט:

אהבת ישראל מיינט האָלט האָבן אַ אידן אָן קיין שום חילוק, צי אַ למדן צי אַ פּשוט'ר איד, און דער אופן האהבה אין אהבת ישראל באַדאַרף זיין אַ ברידערלעכע295, וואָס די התגלות האהבה איז אין נשיקה296, אָט אַזוי ווי אהבת התורה איז, אַז מען איז מחבב און מייקר די מענטעלע פון אַ ספר תורה297.


-----  הערות  -----

295) מעלתה שאינה פוסקת ואין בה שינויים. ראה לקו"ת ר"פ בהר ועוד.

296) שהיא באה ונמשכת מחמת פּנימיות אהבה שבלב, שאותיות הדבור אין יכולים להכיל אה"ר זו. לכך אינה מתלבשת בדבור רק בבחי' נשיקין (תו"א ס"פ תרומה. וראה ג"כ לקו"ת שה"ש בתחלתו).

297) ספר השיחות תש"ז ע' 127.