ספריית חב"ד ליובאוויטש

קמד

פעם אחד בא [הבעש"ט] לאיזה מושב ובא באמצע השוק, ונתקבצו סביבו אנשים פשוטים נשים וילדים והתחיל לדבר אתם מענין אהבת ישראל, וביאר זה להם שזה יכולים להבין עד כמה שצריך להיות אהבת ישראל, מאהבת הקב"ה לישראל. וביאר זה בדוגמא: באותה העיר הי' אחד ושמו ר' יעקב, בכלל בזמנים ההם הי' בכל העיירות אנשים בעלי כשרון מופלגים בתורה, וזה ר' יעקב הי' בקי בש"ס גמרא רש"י ותוס' בעל פה, והי' לומד בעל פה, און אַז מען לערנט בעל פּה מוז מען זיין מער צוגעבונדן, איז ער געזעסן און געלערנט אַ "בויכיגן" תוס' (כך קראו לתוספות ארוכים ביותר בולטים כמעט תופסים כל הדף), ובא אליו בנו הילד ואמר לו איזה דבר חכמה ונתפעל ר' יעקב מהדבר חכמה והפסיק לימודו – אָט דאָס פּועל'ט אַ קינד.

אזוי אויך, השי"ת איז פאַרנומען, כמארז"ל308 שלש שעות הראשונות יושב ועוסק בתורה כו', ומפסיק כביכול און פאַרנעמט זיך מיט די תפלות ובקשות ישראל, אַזוי איז די אהבת השם יתברך לישראל, אַז דער אויבערשטער האָט געדאַרפט באַשאַפן דעם מענטשן אמר למלאכים שרוצה לברוא האדם, ככתוב309 נעשה אדם, והשיבו המלאכים מה אנוש כי תזכרנו310, אויף וואָס דאַרף מען אַזאַ מענטשן. אבל הקב"ה ברא את האדם. איז אַ איד שטייט אויף אין דער פרי און לויפט דאַוונען בצבור ותיקין, ואחר כך כל היום איז ער טרוד ומוטרד און לאָזט אַלע עסקים און לויפט אין שול דאַוונען, ובין מנחה למעריב הערט ער "עין יעקב" און דאַוונט מעריב, און נעמט מיט זיך דעם ענין פון "עין יעקב" אַהיים, איז דעמולט רופט דער אויבערשטער צונויף די מלאכים און באַרימט זיך מיט דעם מענטשן וואָס ער האט באַשאַפן, און זאָגט זיי: איר מלאכים האָט ניט קיין רחיים על צוארו קיין פרוי און קינדער, קיין טרדות, קיין מסים וארנוניות, אָבער דער אדם האָט רחיים על צוארו, אשה ובנים, און די רחיים האָב איך אים געהייסן נעמען אויף זיך, ער האָט דאָך געטאָן ע"פ התורה, דאַרף ער זיי מפרנס זיין און איז טרוד ומוטרד, און האָט מסים וארנוניות ועול הגלות און דאָך איז ער זיך מתנהג אַזוי, בארימט זיך מיט אים דער אויבערשטער.

און אַז מען זאָל זיך אין דעם מצייר זיין ווי פון כל דבר בארימט זיך דער אויבערשטער מיט עם, וועט דאָס פּועל זיין אַ סאך311.


-----  הערות  -----

308) ע"ז ג, ב. ד, ב.

309) בראשית א, כו.

310) תהלים ח, ה.

311) ספר השיחות תרצ"ט ע' 317 ואילך (הועתק בשינויים קלים – בלקוטי שיחות חכ"ד ע' 533 ואילך). ושם לפנ"ז:

הבעש"ט קודם התגלותו ובתחלת שנות התגלותו, הי' דרכו ליסע במושבות ישראל והי' באמצע השוק מקבץ סביבו אנשים פשוטים נשים וילדים והי' מספר להם סיפורים, הסיפורים היו בעיקרם מדבר אגדות רז"ל או איזה סיפור המוזכר באגדה והי' מאריך ומבאר אותו או איזה ענין המוזכר באגדה הי' מקשר אליו איזה סיפור בכדי שהענין יהי' נקבע ונקלט בהשומעים. פעם אחד [ההמשך בפנים. וממשיך שם:]

המעשה הלזאת סיפרה אדמו"ר הצ"צ באחד מלילי חנוכה, שהי' המנהג אצלו שבאחד הלילות היו עושים "לאַטקעס-אָווענט" והיו באים כל בניו כלותיו ובני ביתם והי' מספר להם סיפורים שהיו מבינים גם בני הבית, ובאחד הלילות חנוכה הנ"ל סיפר סיפור זה.