ספריית חב"ד ליובאוויטש

קמה

דער בעש"ט האָט געזאָגט, אַז אַ ברכה פון גוטע פריינט איז חשוב אין הימל אָנגענומען צו ווערן מער ווי די המלצה טובה און התעוררות רחמי שמים פון מלאך מיכאל312.


-----  הערות  -----

312) לקוטי דיבורים ח"ג תקסד, ב. ספר השיחות תש"ה ע' 68. ושם לפנ"ז:

דער רבי וואָס ער איז דער מחולל און גרינדער פון תורת וחסידות חב"ד ערקלערט יעדן ענין אויף זיין חב"ד שטייגער, האָט ער – דער אַלטער רבי – אויך ערקלערט דעם בעש"ט'ס וואָרט אויף דעם חב"ד שטייגער [ההמשך בפנים. וממשיך שם:]

דער טעם הדבר – זאָגט דער רבי – איז, עס שטייט בנים אתם לה' אלקיכם, אידן זיינען השי"ת'ס קינדער.

דער סדר הנהגה למעלה איז ווי למטה, למטה זעהען מיר אַז עלטערן – טאַטע מאַמע – טוען אַלץ צוליב דעם גוט פון די קינדער, אָט אַזוי איז אויך למעלה באַ השי"ת איז יעדער איד טייער, ער ית' איז זיך מצטער מיט דעם ניט גוט פון יעדן אידן, און פרייט זיך מיט דעם גוט פון יעדן אידן, און אַז ח"ו וח"ו הקב"ה שטראָפט אַ אידן אין געזונט, קינדער, אָדער פּרנסה איז די כוונה אַז מען זאָל ווערן בעסער.

למטה זעען מיר אַז טאַטע און מאַמע האָבן דעם גרעסטן פאַרגעניגן אַז די קינדער ליבען זיך, און אַזוי איז אויך למעלה אין הימל, און דאָס איז דער טעם וואָס דער רבי דער בעש"ט זאָגט אַז אַ ברכה פון גוטע פריינד איז חשוב אין הימל אָנגענומען צו ווערן מער ווי די המלצה טובה פון התעוררות רחמי שמים פון מלאך מיכאל, ווייל ווי גרויס מלאך מיכאל איז און ווי גוט ער זאָל ניט זיין איז ער אַלץ מער ניט ווי אַ מלאך, אָבער נשמות זיינען דאָך העכער במדריגה פון מלאכים און דערום איז אַ ברכה פון גוטע פריינד מער חשוב אין הימל ווי אַ המלצה טובה און התעוררות רחמי שמים פון מלאך מיכאל.