ספריית חב"ד ליובאוויטש

קמט

אַ תורה גס הרוח באַדאַרף מען מעורר זיין מיט אהבת ישראל, אַזוי פיל מקרב זיין ביז יענער דערפילט זיין חסרון316.


-----  הערות  -----

316) ספר השיחות קייץ ה'ש"ת ע' 119. ושם (ע' 118):

אין אַ געוויסער שטאָט, וואוהין דער מגיד פלעגט קומען מזמן לזמן, איז געווען אַ בעל הבית נכבד, אַ גרויסער בעל צדקה און בעל מדות טובות, וועלכער פלעגט ניט גיין הערן דעם מגיד און פלעגט געפינען כמה דרכים ווי אויסצומיידן אַז דער מגיד זאָל זיך מיט אים טרעפן.

ר' ישראל יצחק נדבן – אַזוי האָט געהייסן יענער בעל הבית – איז געווען באמת אַ גרויסער למדן, און יומם ולילה געלערנט מיט התמדה. ער האָט געהאַט אַ בראיי הויז וואָס האָט אים געגעבן פּרנסה בהרחבה גדולה באופן אַז ער האָט געקענט געבן צדקה ביד רחבה, און ער האָט טאַקע געטאָן צדקה און עוסק געווען בגמילות חסדים ביד רחבה.

ר' ישראל יצחק'ס אַ גמילות חסד האָט זייער מצליח געווען און אַלע בעלי עסקים, גרויסע אַזוי ווי קליינע, פלעגן באַ אים נעמען אַ גמילות חסד אויף הצלחה און ער פלעגט געבן מיט גרויס פאַרגעניגן.

פון צייט צו צייט איז ר' ישראל יצחק מצליח געוואָרן מער גס הרוח און מער צופרידן פון זיך. הגם ער איז געווען אַ גרויסער ירא שמים און למדן, אָבער ער האָט זיך געהאַלטן פאַר אַ גרויסן בעל מדריגה און אַזוי אַרום באַרעכטיגט צו דער ברכת הצלחה, און הערנדיק אַז דער מגיד וואָס קומט מזמן לזמן רעדט שאַרפע דברי מוסר, האָט ער מורא געהאַט טאָמער וועט דער מגיד אים ניט אָפּגעבן דעם געהעריקן כבוד וואָס עס קומט אים לויט זיין מיינונג, און צוליב דעם האָט ער געטאָן אַלץ אויף ניט צו באַגעגענען זיך מיטן מגיד.

הצדיק הגאון רא"מ קרעמעניצער האָט געוואוסט אַז ר' ישראל יצחק מיידט אים אויס צוליב דער מורא ער זאָל אים ניט פּוגע בכבוד זיין, אָבער רא"מ האָט זיך געמוזט באַקענען מיט אים.

ווען זיי האָבן זיך באַקענט, האָט הגרא"ם געפרעגט אַ ענין אין לערנען. רי"י האָט דעם ענין שטאַרק גוט געזאָגט, און הגרא"מ האָט זייער הנאה געהאַט, און האָט אים געזאָגט אויף אייער תורה איז אַ גרויסער רחמנות, און האָט מבאר געווען דעם מאמר גסות הרוח שבו טרדתו מן העולם.

ר' ישראל יצחק איז געוואָרן זייער צוטראָגן. דברי הצדיק האָט אים שטאַרק פאַרדראָסן, זיין גסות הרוח האָט דאָס ניט געקענט צונעמען און עס האָט אים שטאַרק מבלבל געווען צו עסק התורה.

הגרא"מ האָט געפילט אַז הרי"י איז דורך זיין מוסר געוואָרן אַ יורד ממדריגתו אין עסק און הצלחת הלימוד, און הגרא"מ האָט געהאַט דערפון שטאַרקע עגמת נפש. ווען ער האָט זיך דערנאָך געזעען מיט מורנו הבעש"ט האָט ער אים דערציילט דעם ענין. האָט אים מורנו הבעש"ט געזאָגט אז [ההמשך בפנים:].