ספריית חב"ד ליובאוויטש

קנה

אנשים פשוטים

די פּשיטות העצמות פון עצמות א"ס ב"ה איז זיך מתגלה אין די פּשיטות פון אַ איש פּשוט326.


-----  הערות  -----

326) לקוטי דיבורים ח"ג תצא, ב. ספר השיחות תש"ז ע' 136. ושם לפנ"ז: עס איז אַ מצוה לפרסם, אַז אַלע זאָלן וויסן, אַז די מעלה פון אַ איש פּשוט איז אין להעריך.

דעם ענין האָט מגלה געווען מורנו הבעש"ט אין עטלעכע קורצע ווערטער: [ההמשך בפנים. ולאח"ז ממשיך:].

הוד כ"ק רבינו הזקן וואָס האָט מקבל געווען תורת הבעש"ט מהוד כ"ק מורנו הרב המגיד ממעזריטש, האָט עס מבאר און מסביר געווען, אַז בעלי תורה און בעלי עבודה, איז דאָך דאָס הגבלה, גילויים און ניט עצמות. תורה און מצות זיינען עצמות, אָבער ניט פּשיטות העצמות. די מעלה פון עצמות איז דאָך פּשיטות.

פּשיטות העצמות, וואָס דאָס איז גאָר אַן אַנדער זאַך, אויף דעם איז געווען תכלית ירידת הנשמה בגוף און תכלית בריאת העולמות: אצילות, בריאה, יצירה, עשי' ביז עוה"ז הגשמי, צוליב עולה זיין צו פּשיטות העצמות, וואָס איז אַ סך העכער פון עולם האצילות.

אצילות נעמט נאָר אַ געוויסע מעקלעריי, אָבער די פּשיטות העצמות פון עצמות א"ס ב"ה איז פאַראַן אין די פּשיטות פון אַ איש פּשוט. וראה לקוטי דיבורים ח"ד תקעח, ב ואילך. ספר השיחות ה'שי"ת ע' 383. לקוטי שיחות ח"ב ע' 559. שיחת ש"פ שמות תשכ"ה.