ספריית חב"ד ליובאוויטש

קנז

עס איז ידוע דער מאמר קדש וואָס דער אַלטער רבי האָט געזאָגט בשם הבעל שם טוב, אַז דעם פשוט'ן אידנ'ס קיום המצות מצד אמונה אין עצמות, איז אַ כלי צו עצמות און איז גורם אַ נחת רוח אין עצמות. די פּשיטות העצמות איז שורה אין דער כלי פון קיום המצות בפּשיטות328.


-----  הערות  -----

328) ספר השיחות תש"ו ע' 3. ובשיחת יום ב' דחג השבועות תשי"ג סמ"ח (תורת מנחם – התוועדויות ח"ח ע' 242): "אומרים בשם הבעש"ט . . שבכח האמונה יכול יהודי לפרוס מטפחת ("אַ פאַטשיילע") בים ולעבור את הים".