ספריית חב"ד ליובאוויטש

קסז

בני ישראל

מאמר הבעש"ט: אַז יעדער איד איז טייער ביי דעם אויבערשטן ווי אַ בן יחיד וואָס איז געבאָרן געוואָרן ביי עלטערן לעת זקנותם346, און נאָך טייערער347.


-----  הערות  -----

346) דלכאורה, איז ניט מובן דער משל פון "הורים זקנים לעת זקנותם" אויף דעם אויבערשטן, ובלשון חז"ל (יבמות טז, ב): "מי איכא זיקנא קמי'"?!

ויש לומר, ע"פ הידוע אז "זקן" איז פאַרבונדן מיט (חכמה, ביז מיט) עתיק (יומין), וואָרום עתיק איז לשון זקן (כמ"ש "ועתיק יומין יתיב גו'"), פנימיות הכתר, ביז מיט פנימיות עתיק, עצמות התענוג . . וי"ל אַז דער משל הנ"ל . . איז מרמז ווי אַ איד איז פאַרבונדן מיט בחי' זקן (עתיק) שלמעלה, וואָס איז איין זאַך מיט עצמות ומהות – ישראל וקוב"ה כולא חד (ספר השיחות תנש"א ח"א ע' 422 ואילך).

347) לקוטי שיחות ח"ג ע' 982. ועד"ז שם ח"ד ע' 1280.

וראה אגרות-קודש כ"ק אדמו"ר זי"ע ח"ד ע' רכ: דעם וואָרט פון שווער כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וואָס ער האָט איבערגעגעבן אין נאָמען פון בעל שם טוב, אַז יעדער איד, סיי מאַן און פרוי, איז טייער ביים אויבערשטן ווי אַ בן יחיד ביים פאָטער (באמת מערער, נאָר מיר באַנוצן דעם ביישפּיל ווייל מיר קענען זיך ניט פאָרשטעלן אַ גרעסערע ליבשאַפט ווי צו אַ בן יחיד).