ספריית חב"ד ליובאוויטש

קסט

מורנו הבעש"ט זאָגט: לב ישראל חי. די אידישע האַרץ לעבט, מען באַדאַרף קענען מעורר זיין די פנימיות הלב, דאָס מיינט אַז מען באַדאַרף צוקומען צו די פנימיות שבלב, און ווען מען קומט-צו צו די פנימיות ווערט במילא אַ שינוי לטוב אויך אין חיצוניות הלב.

דער וועג אויף צוקומען צו פנימיות הלב איז ענליך ווי צוצוקומען צו די מים חיים שליסל קוואַלן וואָס געפינען זיך אין דער ערד349.


-----  הערות  -----

349) ספר השיחות קייץ ה'ש"ת ע' 34. עיי"ש בארוכה. ברשימה אחרת מהשיחה (וכ"ה ב"היום יום" ח"ב ע' כ): מען דאַרף גראָבן אין זיך, אַזוי ווי אַ באר. פאַראַן אַזאַ וואָס די וואַסער איז אויבען אויף. עס איז אָבער פאַראַן אַזאַ וואָס מען דאַרף גראָבן אַסך, אַראָפּנעמען עפר ביז עס ווערט נתגלה ווערן די וואַסער.