ספריית חב"ד ליובאוויטש

קע

כ"ק רבו מורנו הבעש"ט האָט אַמאָל געזאָגט די צווייטע נאַכט ר"ה: דער טאַטע אין הימל, אבינו שבשמים, וויל הערן ווי זיינע קינדער זאָגן זיינע מעלות און זיינען אים זייער שטאַרק משמח מיט שבחים עצמיים, וואָס ניט נאָר מלאכים וואָס זיינען שכליים נבדלים, נאָר אויך ספירות דאצילות העליון, וואָס האָבן אַ שייכות צו חכמה ושכל פון עולמות בי"ע קענען ניט מקבל זיין און פאַרשטיין דעם נחת רוח שלמעלה350.


-----  הערות  -----

350) ספר השיחות תש"ב ע' 3. ושם:

די צווייטע נאַכט ר"ה אין יאָר תרנ"א האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק דערציילט, אַז די צווייטע נאַכט ר"ה תרל"ג האָט הוד כ"ק אביו אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש דערציילט, וואָס ער האָט געהערט מהוד כ"ק אאזמו"ר צ"צ, וואָס ער האָט געהערט – צוזאַמען מיט כ"ק דודו וחותנו, הוד כ"ק הרה"ק אדמו"ר האמצעי – די צווייטע נאַכט ר"ה תקנ"ט, פון כ"ק זקנו רבינו הזקן, אַז זייענדיק דעם ערשטן מאָל ביי מורו ורבו הרב המגיד ממעזריטש, האָט דער מגיד דערציילט וואָס כ"ק רבו [כבפנים]. וראה ד"ה ואתה קדוש שבספר המאמרים אידיש נעתק לעיל סימן ס.