ספריית חב"ד ליובאוויטש

קעא

אַ איד איז ניט קיין עלענדער, וואו ער גייט און וואו ער שטייט איז ה' עמו351.


-----  הערות  -----

351) לקוטי דיבורים ח"ג תצ, ב. ספר השיחות תש"ז ע' 135. ושם:

דער וואָרט איז רבי מפי רבי ביז דעם בעש"ט נ"ע. דער אַלטער רבי האָט דעם וואָרט געמאַכט אַ יסוד פאַר אַ ביאור, אויף דעם וואָס אין די זמנים פון בעש"ט און מעזריטשער מגיד איז געווען די אידישע הויפּט-פּרנסה דאָרפס-גייעהריי, און אויף דעם האָט מען געזאָגט, אַז יעדער איד איז ניט עלענד, וואו ער גייט און וואו ער שטייט איז ה' עמו, דאָס הייסט די התגלות פון שם הוי'.

דער וואָרט איז איינער פון די ווערטער וואָס הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צ"צ האָט מקבל געווען פון די זקני חסידי הוד כ"ק רבינו הזקן, וועלכע האָבן דאָס געהערט פון הוד כ"ק רבינו הזקן קומענדיק פון מורו הוד כ"ק הרב המגיד ממעזריטש.

ווען הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיר איבערגעגעבן דעם יסוד וואָרט האָט ער באריכות גדולה מבאר געווען, אַז דער עיקר איז די התגלות שם הוי' דורך דעם שם אלקים.