ספריית חב"ד ליובאוויטש

קעז

אין מדרש362 שטייט געשריבן, האָט דער בעש"ט געזאָגט, אַז ג-ט ב"ה האָט געזאָגט צו משה רבינו אַז ער – משה רבינו – זאָל אים מוסר'ן, פאַרוואָס מוסר'ט איר די אידן פאַר דעם וואָס זיי דינען ניט אַזוי גוט דעם בורא עולם ב"ה, זייט מוכיח כביכול דעם אדון עולם ב"ה פאַרוואָס ער האָט ניט רחמנות אויף זיינע קינדערלעך363.


-----  הערות  -----

362) ראה דברים רבה פ"א, ב. ילקוט שמעוני דברים רמז תשצה.

363) ספר השיחות תש"א ע' 158. לקוטי דיבורים ח"ג שפט, ב. ושם לפנ"ז: מיט הייסע טרערן און מיט גרויס תחנונים בעט זיך מורנו הבעש"ט באַ איינעם פון די מגידים, וועלכער האָט שטאַרק געמוסרט דעם עולם און האָט זיי דערציילט וועגן פאַרשידענע שטראָף מיט וועלכע ג-ט ב"ה וועט זיי שטראָפן: אין מדרש [ההמשך בפנים]. – הסיפור בארוכה – ראה לקוטי דיבורים ח"ב ריח, א ואילך. ספר השיחות תרצ"ו ע' 34 ואילך.