ספריית חב"ד ליובאוויטש

יח

שמות ג, ב-ג: וירא מלאך הוי' אליו בלבת אש מתוך הסנה וירא והנה הסנה בוער באש והסנה איננו אוכל, ויאמר משה אסורה נא ואראה את המראה הגדול הזה.

דער רבי, דער מעזריטשער מגיד, האָט פאַר מיר איבערגעזאָגט אַ תורה וואָס ער האָט געהערט פון רבי'ן מורנו הבעש"ט:

וירא מלאך הוי' אליו בלבת אש מתוך הסנה וירא והנה הסנה בוער באש והסנה איננו אוכל, ויאמר משה אסורה נא ואראה את המראה הגדול הזה. דער תרגום איז מפרש ואתגלי מלאכא דה' לי' בשלהובית אשתא מגו אסנא. ואתגלי הייסט התגלות. דער ענין פון התגלות איז אַז יעדער נאָך זיין דרגא זאָל באַנעמען דעם גילוי. התגלות איז דער טייטש אַז דער גילוי קען צוגענומען ווערן אויך אפילו אין די נידעריקע דרגות, דערפאַר איז אויפ'ן פסוק57 וירד הוי' על הר סיני זאָגט דער תרגום ואתגלי ה' על טורא דסיני, וואָס דער תרגום פון וירד איז דאָך ונחת, ווי אויף דעם פּסוק58 וירד יהודה זאָגט דער תרגום ונחת יהודה, אויפ'ן פּסוק59 וירד הגבול זאָגט דער תרגום ונחת תחומא60, נאָר אויפ'ן פּסוק61 ארדה נא זאָגט דער תרגום אתגלי כען, טייטשט ער דאָ דעם ארדה ווי דעם וירד פון מתן תורה וואָס די כוונה איז התגלות, וואָס התגלות מיינט אַ גילוי וועלכער קען צוגענומען ווערן אויך אַפילו אין די גאָר נידעריגסטע דרגות, ווי אין מתן תורה איז געווען אַז אַלע, פון דער העכסטער דרגא ווי משה רבינו ביז דעם פּחות שבישראל, האָבן מקבל געווען פון מתן תורה, און דאָס מיינט דער תרגום ואתגלי מלאכא דה' אַז דאָס איז אַ ענין פון התגלות.

וואָס איז די התגלות בלבת אש זאָגט רש"י בשלהבת של אש לבו של אש. וואו באַווייזט זיך דער שליח השם – אין דער האַרץ פון פייער. די האַרץ פון פייער איז די כוונה, די פּנימיות – ערנסטע תמימות'דיקע פאַרקאָכטקייט וואָס דאָס איז דער רשפי' רשפּי אש שלהבת י"ה62.

וואו איז דער לבת אש, די האַרץ פון פייער, מתוך הסנה. זאָגט רש"י ולא אילן אחר משום עמו אנכי בצרה63. צרה איז די כוונה עולם הזה. עולם הזה ווערט אָנגערופן צרה ווייל ער איז אַ מקום צר. די עולמות העליונים וואו דער אור אין סוף איז בגילוי זיינען אַ מקום רחב, אָבער דער עולם הזה וואו דער אור אין סוף איז מלובש בדרכי הטבע, איז דאָס אַ מקום צר און דערום ווערט עולם הזה אָנגערופן צרה. די כוונה העליונה איז אַז דורך דער עבודה אין לימוד התורה און קיום המצות זאָל מען מאַכן פון צרה צהר64, באַלייכטן די וועלט מיט דעם אור התורה ומצות.

ווי עס שטייט65 כי האדם עץ השדה, עס זיינען פאַראַן עצי מאכל ווי ר' יוחנן זאָגט (תענית ז, א), אַז דאָס זיינען די תלמידי חכמים און עס איז פאַראַן אַ סנה. דער לבת אש איז אין סנה. ת"ח וועלכע לערנען תורה זיינען אש ווייל תורה נמשלה לאש66. אָבער דאָס איז ניט כי איננו אוכל, ווייל די ת"ח זיינען מרוה זייער אש מיט די חדושי תורה וועלכע זיי זיינען מחדש. אָבער דער סנה, די אנשים פּשוטים, וואָס אין זיי איז דער לבת אש די האַרץ פון פייער, באַ זיי מיט זייער ערנסטע תמימות'דיקע תפלות און תהלים זאָגן הגם דלא ידעי מאי קאמרי אָבער ווייל דאָס קומט פון דער אמונה פּשוטה, איז דער לבת אש איננו אוכל, דאָס ווערט קיינמאָל ניט געשטילט און זיי האָבן אַ תשוקה צו ג-טלעכקייט און תורה ומצות.

ויאמר משה אסורה נא, זאָגט רש"י אסורה מכאן להתקרב לשם, אַז משה רבינו האט פאַרשטאַנען די מחזה העליונה, וואָס מען באַווייזט אים די מעלה הגדולה פון אנשים פּשוטים לגבי תלמידי חכמים, אַז דער לבת אש איז נאָר אין סנה, איז ער געקומען צו דער דרגא פון תשובה, נאָר להיות משה רבינו איז דאָך געווען אַ צדיק גמור, וואָס דער אופן התשובה פון אַ צדיק גמור איז באופן אחר ווי די געוויינלעכע תשובה, באַ לידת משה רבינו זאָגט די תורה67 ותרא אותו כי טוב הוא שנתמלא הבית כולו אורה (סוטה יב, א), איז זיין אופן תשובה אסורה מכאן להתקרב לשם, וואָס די כוונה איז אַז מען באַדאַרף זיך ניט מסתפּק זיין מיט דעם מעמד ומצב וואָס מען שטייט68. אַפילו אַ צדיק גמור ווי משה רבינו דאַרף האָבן די עבודה פון אסורה מכאן להתקרב לשם וואָס דאָס איז די תנועה פון תשובה69.


-----  הערות  -----

57) יתרו יט, כ.

58) וישב לח, א.

59) מסעי לד, יא-יב.

60) בתרגום שלפנינו: ויחות תחומא.

61) וירא יח, כא.

62) שה"ש ח, ו.

63) תהלים צא, יד.

64) ראה לעיל סימן ט ואילך. וש"נ.

65) שופטים כ, יט.

66) ראה ברכות כב, א.

67) שמות ב, ב.

68) ראה גם שיחת חג הפסח תרצ"ד סכ"ט (לקוטי דיבורים ח"א קלח, ב).

69) ספר השיחות תש"ב ע' 47-46.

תורה הנ"ל אמר אדמו"ר הזקן בהויכוח שהי' במינסק שנת תקמ"ג, כמענה על שתי שאלות ששאלוהו אודות תורות הבעש"ט, ומועתק בזה מספר השיחות שם:

צווישן די טענות וועלכע די גאוני המנגדים האָבן אַרויסגעשטעלט קעגן דער שיטת הבעש"ט ותלמידיו זיינען געווען צוויי אַלגעמיינע גרונד טענות.

איינס: שיטת הבעש"ט איז מחייב אַז אויך פּשוט'ע מענטשן באַדאַרפן שטאַרק אַכטן זייער תפלה און זייער תהלים זאָגן, הגם אַז לא ידעי מאי דקאמרי, וואָס מיט דער שיטה גיט מען אַ רמות רוח די עמי הארצים און מען איז משפּיל דעם כבוד פון ת"ח. אַלע ווייסן – האָבן די גאונים געשטורעמט – אַז פּורעניות וואָס איז בא לעולם איז נאָר צוליב די עמי הארצים (ב"ב ח, א).

צווייטנס: שיטת הבעש"ט איז אַז אויך אַ גאון אַ צדיק באַדאַרף תשובה טאָן, וואָס מיט דער שיטה האַקט מען אונטער דעם כבוד התורה און כבוד תלמידי חכמים, וואָס כל התורה כולה שבכתב און שבעל פּה איז פול מיט דעם אַז ת"ח זיינען דער יסוד העולם און מרבים שלום בעולם און זיי זיינען די אמת'ע בנאים, און שיטת הבעש"ט מאַכט זיי פאַר אַזעלכע אַז זיי באַדאַרפן תשובה טאָן...

אויף די אויבנדערמאָנטע צוויי גרונד טענות האָט דער רבי געענטפערט:

דער יסוד פון שיטת מורנו הבעש"ט און די תורות פון רבי'ן, דער מעזריטשער מגיד וואָס איז דער אור המאיר אין די דרכי העבודה פון תלמידי הרב המגיד ממעזריטש איז מיוסד אויף דער ערשטער ג-טליכער התגלות צו משה רבינו. דער רבי [ההמשך בפנים. ולאח"ז ממשיך שם:]

אין דער דאָזיקער תורה – האָט דער רבי געזאָגט – זאָגט דער בעש"ט קלאָר אַרויס זיין שיטה אין עבודת הבורא ב"ה, אַז דער לבת אש, די האַרץ פון פייער, איז באַ די פּשוט'ע תמימות'דיקע אידן. און דער אידישער סנה איז איננו אוכל, ער ווערט קיינמאָל ניט געשטילט. אין דער צייט וואָס דער אש התורה פון תלמידי חכמים בכלל און גאונים בפרט, ווערט געשטילט דורך דעם פאַרגעניגן פון זייערע חידושי תורה, איז באַ די אנשים פּשוטים דער לבת אש ניט געשטילט, אדרבה דורך זייערע האַרציקע תפלות און פּשוט'ן תהלים זאָגן ווערט באַ זיי דער לבת אש נאָך שטאַרקער מיט נאָך אַ גרעסערע תשוקה און המשכה צו ג-טליכקייט. דער רבי דער בעש"ט זאָגט אַרויס ריין קלאָר זיין שיטה אין דער עבודת הצדיקים אַז עס באַדאַרף זיין אין אַ כסדר'דיקע עלי'. דער היינט באַדאַרף זיין אויף צוקומען צו אַ העכערער דרגא אין עבודת הבורא ווי די נעכטיקע דרגא, און די מאָרגנדיקע דרגא אין עבודת הבורא באַדאַרף זיין אַ העכערע פון דער היינטיקער, וואָס די כללות העבודה איז אַ תנועה פון תשובה.

די שיטה פון רבי'ן דעם בעש"ט איז מיוסד אויף דער ערשטער ג-טליכער התגלות צו משה רבינו, וואָס ער איז געווען דער, וועמען השי"ת האָט בוחר געווען צו זיין דער גואל ראשון און דער גואל אחרון (ראה שמו"ר פ"ב ס"ד. זח"א רנג, א. שה"פ פ' ויחי. תו"א ר"פ משפטים).

די התגלות אלקות צו משה רבינו איז ניט גלייך צו דער התגלות אלקות צו נח'ן און אַפילו צו אברהם אבינו.

די התגלות אלקי צו נח'ן איז אַ התגלות פּרטית וואָס קומט מצד אהבה פּרטית. צי די אהבה און קירוב פון השי"ת צו נח'ן איז געווען נאָר אַ ענין נשיאות חן ווי עס שטייט ונח מצא חן, צי די אהבה וקירוב איז געווען מצד זיין צדקות ווי עס שטייט כי אותך ראיתי צדיק לפני בדור הזה, אבל בכל אופן איז די התגלות געווען אין אַ אופן פּרטי.

די התגלות אלקי צו אברהם אבינו איז געווען גאָר אין איין אַנדער אופן, אַ התגלות אלקות מיט געוויסע הוראות אין דרכי עבודת השי"ת און מיט גרויסע נסיונות. געוויס איז די התגלות אלקי צו אברהם אבינו אין אַ פיל העכערע דרגא ווי צו נח'ן, אָבער נאָך אַלעם דעם איז די אהבה וקירוב אין דער התגלות אלקית צו אברהם אבינו מער אַ פּרטיות'דיקע און על שם העתיד.

עס שטייט כי ידעתיו למען אשר יצוה את בניו ואת ביתו אחריו ושמרו דרך הוי' לעשות צדקה ומשפּט, מאַכט רש"י כי ידעתיו איז אַ אַויסשפּראַך פון אהבה און פאַרוואָס די אהבה, ווייל אברהם וועט לערנען און אָנזאָגן זיינע קינדער און הויז געזינד אָפּצוהיטן און צו גיין אין דרכי השי"ת.

די התגלות אלקות צו אברהם אבינו איז בעיקרה געווען אַ פּרטיות'דיקע, נאָר אין אַ העכערע דרגא ווי די התגלות צו נח'ן, ווייל אברהם אבינו איז געווען אַ גרעסערער עובד הוי' פון נח'ן, און אויך איז אין דער התגלות אלקות צו אברהם אבינו געווען נאָך אַ ענין אָט דער כי ידעתיו למען אשר יצוה, וואָס דאס האָט געמאַכט גרעסער די התגלות אלקות צו אים און ער ווערט אָנגערופן (ב"ר פמ"ב ועוד) אוהבו של מלך.

אָבער די התגלות אלקות צו משה רבינו איז ניט נאָר אַ פּרטיות'דיקע, ווייל ער איז געווען אַ עובד השי"ת, נאָר עס איז אַ התגלות אלקות כללי, וואָס אַזאַ התגלות איז נאָר צו דעם וואָס השי"ת האָט אים בוחר געווען פאַר אַ מנהיג און גואל ישראל.

די התגלות אלקות צום גואל און מנהיג איז געווען דאָס, וואָס מען האָט אים באַוויזן אַז אַ מנהיג ישראל וואָס באַדאַרף זיין דער שליח הגאולה באַדאַרף געפינען דעם לבת אש אין אַ סנה, אין דעם פּשוט'ן אידן. און זיין גאַנצע עבודה באַדאַרף זיין אַרויסצוברענגען און אַנטפּלעקן דעם לבת אש אין דעם סנה, וואָס דאָס איז נאָר דורך דער עבודה פון אסורה נא מכאן להתקרב לשם.

מיט אַ גרויסן ברען – דערציילט הגאון ר' יצחק אייזיק – האט דער רבי געזאָגט די תורה פון דעם בעש"ט, און האָט מסיים געווען – דעם "בכן" פון דער תורה:

און באמת וואָס מער בן תורה אַלץ מער בן עבודה באַדאַרף מען זיין. און אויב ניט – איז מען חלילה אַ פּושע קעגן מלכא עילאה, ווי עס שטייט הפּושעים בי בגופא דמלכא (זח"ב פה, ב. ראה ג"כ ת"ז תי' ע קרוב לסופו). און מען באַדאַרף טאַקע תשובה טאָן מעומקא דליבא אַרויסצורייסן פון זיך דעם עמלק וואָס איז מקרר דעם דרך הוי' און די דרכי עבודת הבורא.