ספריית חב"ד ליובאוויטש

קפא

דער בעש"ט נ"ע גיט צו פאַרשטיין אַז אַלע נבראים יעדער איינער האָט אַ בעזונדער באַטרעף למעלה. יעדער באַשעפעניש פאַרנעמט גאָר אַ באַזונדער אָרט לויט זיין מהות. עס איז ניט גלייך אַ דומם צו אַ צומח, אַ צומח צו אַ חי און אַ חי צו אַ מדבר, און מדבר גופא זיינען ישראל עם קרובו. נאָר די השגחה פרטית איז אפילו אויף דער גרעסטער קלייניקייט, און איז מסיים אַז די השגחה פרטית וואָס על עם קרובו ית' דאָס קען מען גאָרניט אויסמאָלן. והדברים קל וחומר ומה דבר קטן כזה אם העלה הנתלש או הקש יהי' במקום זה או יטולטל למקום אחר הוא בהשגחה פּרטית ומכל שכן דאָס וואָס עס איז נוגע אַ אידן הוא בהשגחה פּרטית וואָס מען קען דאָס ניט פאַרשטיין370.


-----  הערות  -----

370) לקוטי דיבורים ח"א פד, א ואילך.