ספריית חב"ד ליובאוויטש

קפב

אַלעמען איז גוט באַוואוסט דער ענין פון השגחה פּרטית, ווי דער בעש"ט איז מבאר, אַז אפילו אַ שטרויעלע און אַ אָפּגעריסענע בלעטעלע וואָס וואַלגערט זיך אין גאַס איז פאַראַן אַ דין ומשפּט וויפיל מאָל זיי זאָלן זיך אומדרעהען און וואו, אין וואָסערע ערטער זיי זאָלען זיך וואַלגערען.

דער בעש"ט נ"ע זאָגט אַז הקב"ה איז מסבב כמה סבות מסבות שונות בכדי דורכפירן אַ השגחה פּרטית פון אַ קליינעם נברא ויצור, אַז בכדי אַז אַן אַראָפּגעפאַלענע בלעטל פון אַ בוים וואָס וואַלגערט זיך נאָך פון פאַראַיאָרן ערגעץ וואו אין אַ הינטער הויף, אָדער אַ שטרויעלע פון אַ זאַנג מיט וועלכער מען האָט מיט אייניגע יאָר פריער צוגעדעקט אַ דאַך אין אַ דאָרף זאָלן זיך רירן פון זייערע ערטער און אַריבער אין אַן אַנדער אָרט איז צוליב דעם ברעכט אויס אין אַ הייסן זונענשיינענדיגן טאָג אַ שטורם ווינט וואָס קערט הימל און ערד, און יעמאָלט ווערט דורכגעפירט די השגחה פּרטית אויף דעם אַראָפּגעפאַלענע בלעטל און דער אַלטער שטרויעלע371.


-----  הערות  -----

371) לקוטי דיבורים ח"א פג, ב.