ספריית חב"ד ליובאוויטש

קפג

אַ איד ווייס אַז יעדער טראָט פון אַ נברא איז בהשגחה פּרטית372, ווי מורנו הבעש"ט האָט געזאָגט אַז השי"ת איז משיב רוח חזק בכדי אַ שטרויעלע וואָס וואַלגערט זיך אויפן מאַרק זאָל אַריבערגעטראָגן ווערן פון איין אָרט אויף אַ צווייטן, וואָרום די שטרויעלע וואָס וואַלגערט זיך אין גאַס איז צוליב אַ כוונה פּרטית. די בלאָטע און די שטרויעלע וואָס וואַלגערט זיך אין דער בלאָטע זיינען אַ טייל פון הנהגת העולם בהשגחה פּרטית.

אָט דאָס איז דער ענין פון ג-טלעכקייט, אַז חכמה דאצילות, וואָס לית מחשבה תפיסא אין מהות פון אַ ספירה עליונה בכלל, און אין מהות פון ספירות דאצילות בפרט און אין מהות פון חכמה דאצילות בפרטי פּרטיות, איז מהות אלקות ממש איז ניט תופס מקום אין עצמות און אַלץ איז בהשגחה פרטית, ניט נאָר אַ נשמה און אַ ספירה שלמעלה נאָר אויך דער אַריבער פון איין אָרט אויפן צווייטן פון אַ שטרויעלע איז השגחה פרטית, וואָס צוליב דעם שינוי מקום פון דער שטרויעלע שיקט השי"ת אַ רוח סערה און איז מסבב כמה סיבות גלויות ונעלמות373.


-----  הערות  -----

372) ראה אגרות-קודש אדמו"ר מהוריי"צ ח"ט ס"ע שנא ואילך: וכידוע ביאור רבינו אדמו"ר הזקן על מאמר רבינו הבעש"ט, אז יעדער הילוך פון א אידן איז בהשגחה פרטית מכניס זיין אור תורה ומצוה אין וועלט, וכתוב אצלי ביאור ארוך שזכיתי לשמוע מהוד כ"ק אאמו"ר בענין זה בחוהמ"ס תרנ"ו.

373) ספר השיחות קייץ ה'ש"ת ע' 125.