ספריית חב"ד ליובאוויטש

קפד

מורנו הבעל שם טוב נ"ע זאָגט, אַז יעדער איד מוז קלאָר וויסן אַז אַלעס וואָס מיט דעם מענטשן פּאַסירט – פון דער קלענסטער קלייניגקייט ביז דער גאָר גרעסטער זאַך – איז דאָס ע"פּ השגחה פּרטית פון השי"ת, וואָס דאָס איז אַלץ צוליב אַ כוונה אין דער שליחות פון דעם מענטשן וואָס צוליב דעם האט אים השי"ת באַשאַפן374.


-----  הערות  -----

374) אגרות-קודש אדמו"ר מהוריי"צ ח"ו ע' שב. וממשיך שם:

די השגחה העליונה בריינגט דעם מענשען אין אַ געוויסן אָרט, אַ שטאָט אָדער אַ שטעדטעל. דער מענש מיט זיין שכל אנושי מיינט, אַז ער איז געקומען אַהין צוליב געשעפטליכע זאַכען, אָבער באמת האָט איהם די השגחה העליונה געבראַכט אַהין צוליב אַ כוונה רוחנית, אַז ער זאָל דאָרטען דאַוונען איינע פון די תפלות, שחרית, מנחה וערבית, אָדער מאַכען אַ ברכה, וואָס אויף דעם דאַווענען, אָדער אויף דער ברכה האָט דער אָרט געוואַרט הונדערטער יאָהרען, אַז אין יענעם און יענעם טאָג וועט קומען אַ איד און וועט דאָרטען דאַוונען אָדער אַ ברכה מאַכען.

אַמאָל טרעפט אַז אַ מענש פאָהרט אַ גרויסע שטרעקע צוליב געשעפט – אַזוי מיינט ער – און ער קומט אַהין און האָט גאָרנישט אויפגעטאָן, און צופעליג טרעפט ער זיך מיט נאָך אַ אידען און מען רעדט זיך פאַנאַנדער, און איינער פון זיי דערמאָהנט זיך אויף דער פרומער הנהגה פון זיינע עלטערען און עס געהט איהם דורך אַ הרהור תשובה רעיון, און באמת איז דאָס גאָר געווען די כוונה פון זיין נסיעה בכדי ער זאָל אַליין דערוועקט ווערען אָדער בריינגען דעם צווייטן צו אַ הרהור תשובה, און אָנהויבן פירן אַ תורה ומצות לעבען.

דער מענש, וועלכער קוקט זיך צו צו דער השגחה פּרטית ווי השי"ת פיהרט מיט איהם אין אַלע זיינע זאַכען, דערזעהן געטליכקייט אויף שריט און טריט.