ספריית חב"ד ליובאוויטש

קפו

דער בעש"ט נ"ע האָט געזאָגט, אַז אפילו אַ בלעטל פון אַ בוים ווען דער ווינט קערט איר איבער איז דאָס בהשגחה פּרטית, צוליב דעם אויבערשטנ'ס אַ געוויסע כוונה377.

עס שטייט378 כי כארבע רוחות השמים פרשתי אתכם, אידן זיינען צושפּרייט און צוזייט אויף דעם גאַנצן ערד-קוגל וואָס דאָס איז צוליב אַ כוונה פּנימית און דאָס איז דער מיין פון גוי אחד בארץ379, אַז אַלע אידן זיינען איין זאַך און מוזן אַרויסהעלפן איינער דעם צווייטן אין אַ ביטערע צייט380.


-----  הערות  -----

377) ראה ג"כ ד"ה ע"כ יאמרו המושלים תרצ"ו. "היום יום" כח חשון. לעיל סימן קעט.

378) זכרי' ב, יא.

379) שמואל-ב ז, כג. דברי הימים-א יז, כא.

380) ספר השיחות קייץ ה'ש"ת ע' 3.