ספריית חב"ד ליובאוויטש

קפז

דער בעש"ט – זכותו יגן עלינו – זאָגט, אַז אַ באַגעגעניש צווישן מענטשן איז דאָס על פּי סדר ההשגחה העליונה, וואָס דער מיין פון דער באַגעגעניש מוז אויסגענוצט ווערן אין אַ תורה ומצות זאַך. דאָס מיינט אַז די בעגעגעניש פון מענטשן איז אַ געטליכער וואונק אַז יעדער פון די צוויי מענטשן וואָס האָבן זיך באַגעגענט מוזן עפּעס לערנען איינער פון צווייטן און מוזן ווירקן איינער אויפן צווייטן אויך אין אַ תורה ומצות ענין, ניט נאָר אין צדקה וגמילות חסדים381.


-----  הערות  -----

381) ספר המאמרים תש"ט ע' 45. אגרות-קודש אדמו"ר מהוריי"צ ח"ח ע' ק ואילך. וממשיך שם: אָט אַזוי לערנט אונז אונזער ערשטער רבי, דער בעל שם טוב – נשמתו עדן – און אַזוי לערנען אונז אַלע איבעריגע רביים אין זייערע דברי חסידות, אַז מיר דאַרפן און מוזן קוקן אויף אַלע – אַפילו וואָס מענטשן רופן קליינליכע – פּאַסירונגען, אַז זיי זיינען באמת אַ הוראה מן השמים – אָנדייטונגען פון הימל – אויף געוויסע זאַכן וואָס די השגחה העליונה – השם יתברך – האָט אַרויפגעלעגט אויף די אידן וועלכע באַגעגענען זיך אַז זיי דאַרפן דאָס דורכפירן.