ספריית חב"ד ליובאוויטש

קצ

זכרון

הוד כ"ק רבינו הזקן האָט מקבל געווען מרבו המגיד ממעזריטש, וואָס ער האָט מקבל געווען מרבו מורנו הבעש"ט דעם וואָרט: וואָס געדענקסטו?386.


-----  הערות  -----

386) ספר השיחות תש"ט ע' 333. וממשיך שם: אָט דער וואָרט – וואָס געדענקסטו – האָט מחי' געווען מיט אַ חיות פון תחיית המתים די חסידים לדורותם. תחיית המתים הייסט חיים ארוכים, חיים אמיתיים, מיתה איז הפסק, און חיים ארוכים איז חיים בלי הפסק, וואָס דאָס איז חיים אמיתיים, עס איז ניטאָ דער העדר החיים, עס איז מער ווי לעבן. אין עבודה איז דאָס, אַז ניט נאָר וואָס מען לעבט אַליין, נאָר מען באַלעבט אויך אַנדערע.

ובספר השיחות שם ע' 336: בעת די ערשטע יאָרצייט פון בעש"ט אום שבועות, ווען דעם בעש"ט'ס זון הרה"ק ר' צבי האָט זיך אויפגעשטעלט און געזאָגט אַז די גאַנצע פּמליא של מעלה האָט זיך איבערגעטראָגען צום מעזריטשער, האָט דאַן דער מעזריטשער מגיד אויך געפרעגט ביי אַלע זיינע תלמידים: וואָס געדענקסטו?