ספריית חב"ד ליובאוויטש

קצא

זמני ומועדי השנה

אלול – תשרי

דער מאמר הידוע וואָס רבינו נ"ע האָט געזאָגט בשם הבעש"ט נ"ע:

בחדש תשרי גיט השי"ת מזונותיו של אדם בהקפה און אין חדש אלול בעדאַרף מען מאַכען דעם חשבון און באַצאָלען דאָס וואָס קומט, די צאָלונג איז מיט תשובה, ווען השי"ת זעט אַז מען צאָלט און מען וויל צאָלען שענקט ער דעם רעשט חוב וואָס דאָס זיינען די ימי הסליחות און דורך דער תשובה פון ימי הסליחות ווערט מען אַ בטוח אַז ר"ה גיט השי"ת אַ קצבה אויף אַ שנה טובה ווייטער בהקפה387.


-----  הערות  -----

387) ספר המאמרים אידיש ע' 78.