ספריית חב"ד ליובאוויטש

קצה

דער בעל שם טוב זאָגט אַ משל אויף תקיעת שופר, אַ מלך האָט געשיקט זיינע קינדער אין אַ גרויסן וואַלד פיינגען חיות. די קינדער האָבן פאַרבלאָנדזעט, האָבן זיי אָנגעהויבן ריידן צום פאָטער און ניט באַקומען קיין ענטפער, האָבן זיי געטראַכט אפשר האָבן זיי פאַרגעסן זייער אייגענע שפּראַך, האָבן זיי גענומען שרייען פון טיפן האַרצן צום פאָטער, אי אי אָן ווערטער נאָר די שטימע אַליין, האָט זיי דער פאָטער געענטפערט403.


-----  הערות  -----

403) אגרות-קודש אדמו"ר מהוריי"צ ח"ג ע' תצ.