ספריית חב"ד ליובאוויטש

קצז

יום הכיפורים

מורנו הבעל שם טוב האָט אַמאָל מוצאי יום הכיפורים געזאָגט אַ תורה אַז יום כיפּורים איז כפּורים405.


-----  הערות  -----

405) ספר השיחות תש"ד ע' 70 ומבאר שם: הכוונה שיוכ"פּ הוא כמו פּורים* סיי יוכ"פּ און סיי פּורים איז דאָ דער ענין הגורלות. יו"כ במקדש איז געווען גורלות און ביי פּורים שטעהט הפּיל פּור הוא הגורל. די נפקא מינא איז, אַז יוכ"פּ איז עבודת הצדיקים ובין כך ובין כך איז געווען די גורלות, נאָר אויב ס'איז געווען עושין רצונו של מקום דאַן האט דער גורל לה' עולה געווען בימין, אָבער שטענדיג איז געווען דער ענין גורלות. וכתיב לה' חטאת, אַז עס האָט מכפּר געווען. פּורים איז דער הפּיל פּור געווען אויף גזירות רעות אויף אידען, און אַלץ צוליעב דעם, אַז אידען זאָלען תשובה טאָן. פּורים איז די עבודה מעומקא דליבא אין דעם ענין פון מסירת נפש.

-----שולי הגליון-----

*) ראה תיקוני זוהר תי' כא (נז, ע"ב): פּורים אתקריאת ע"ש יום הכפּורים. תורה אור מגלת אסתר ד"ה ומרדכי יצא. שם סד"ה חייב אינש (הראשון וגם השני), בהוספות שם ד"ה ויקח המן פ"ח.