ספריית חב"ד ליובאוויטש

כ

משפטים כב, ח: על כל דבר פּשע על שור על חמור על שה על שלמה על כל אבדה.

מורנו הבעש"ט טייטשט דעם פּסוק, פּשע איז ר"ת פּריקות של עול, על כל דבר פּשע מיינט, אַז אויף אַלעס איז דער פּריקת עול.

לכאורה ווי קומט מען צו זיין אַ פּורק עול. דער גוף וואָס איז געבוירן געוואָרן בטהרה דורך אַ מקוה כשרה, וואָס דאָס, אַז מ' סאה במקוה זיינען מטהר איז אַ חוקה72, וואָס דאָס איז דאָך דער ענין פון קבלת עול, און מלאכים וואַרעמען זיך ביי די וואַסער וואָס מען הייצט פאַר אַ מקוה און בעת ירידת הנשמה בגוף זיינען די מלאכים מלוה די נשמה, טאָ ווי קומט צו אַ נשמה דער ענין פון פּריקת עול.

איז דער תירוץ73 – על שור, שור איז דער יצר הרע, וואָס שרשו איז מפני שור, על חמור, חמור איז קרירות, חמרא אפילו בתקופת תמוז קרירא לי'74, עס מאַכט קאַלט דעם שמש הוי'75, על שה, שה פזורה76, ער צושפּרייט זיך אין אַלעס, אַלעס וויל ער, אַלעס דאַרף ער, על שלמה, שלמה מיינט די לבושים, על כל אבדה, וואָס דורך דעם פאַרלירט ער אַלעס און ווייסט ניט ביי וואָס ער האַלט77.


-----  הערות  -----

72) רמב"ם סוף הל' מקואות.

73) בהבא לקמן – ראה אוה"ת משפטים ע' א'עו. ספר המאמרים תרל"ד ע' קכח ואילך. תרפ"ט ע' 157 ואילך. וש"נ. לקוטי שיחות ח"א ע' 155 ואילך.

74) שבת נג, א.

75) תהלים פד, יב.

76) ירמי' נ, יט.

77) ספר השיחות תש"ד ע' 104 ואילך.