ספריית חב"ד ליובאוויטש

רה

חכמה ושמחה

דער רבי האָט געזאָגט: איך האָב מקבל געווען פון זיידן – מורנו הבעש"ט נ"ע – אַז שטות, ניט נאָר רוח שטות נאָר שטות, וואָס מענטשן רופן ניט קיין קלוגער מענטש, עצבות און הרגש מעלת עצמו זיינען באַ חסידים עבירות דאורייתא. חכמה, וואָס מענטשן רופן אַ קלוגער, שמחה דורך געפינען אין יעדער זאַך דעם גוט וואָס איז משמח, און זריזות במתינות זיינען באַ חסידים מצות דאורייתא421.


-----  הערות  -----

421) ספר השיחות קייץ ה'ש"ת ע' 52.